Page 16 - Yehoshue
P. 16
יהושוע
ָע ָכן דער זון פֿון ַכּרמי דעם זון פֿון ַזבֿדי ,דעם זון פֿון ֶז ַרחן ,פֿון שבֿט
יהודה ,איז פֿאַרנומען געװאָרן.
19האָט יהוֹשו ַע געזאָגט צו ָע ָכנען :מ ַײן זון ,טו ,איך בעט דיך ,כּבֿוד
צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל ,און ז ַײ זיך מוֹדה פֿאַר אים ,און זאָג
מיר ,איך בעט דיך ,װאָס דו האָסט געטאָן; זאָלסט ניט פֿאַרהױלן פֿון
מיר.
20האָט ָע ָכן געענטפֿערט יהוֹשוען ,און האָט געזאָגט :אמת ,איך האָב
געזינדיקט צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל ,און אַזױ און אַזױ האָב איך
געטאָן 21 .איך האָב געזען אין דעם רױב אַ גוטן מאַנטל פֿון ִשנ ָער,
און צװײ הונדערט ֶשקל זילבער ,און אַ צונג גאָלד װאָס איר װאָג איז
פֿופֿציק ֶשקל; האָב איך זײ געגלוסט ,און האָב זײ צוגענומען ,און אָן
ז ַײנען זײ באַהאַלטן אין דער ערד אין מיטן פֿון מ ַײן געצעלט ,און
דאָס זילבער איז אונטער דעם.
22האָט יהוֹשו ַע געשיקט שלוחים ,און זײ ז ַײנען אַװעקגעלאָפֿן צום
געצעלט; ערשט עס איז באַהאַלטן אין ז ַײן געצעלט ,און דאָס זילבער
איז אונטער דעם 23 .האָבן זײ זײ אַרױסגענומען פֿון מיטן געצעלט,
און געבראַכט צו יהוֹשוען ,און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל ,און זײ
האָבן זײ אַװעקגעלײגט פֿאַר גאָט 24 .און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל
מיט אים האָבן גענומען ָע ָכן דעם זון פֿון ֶז ַרחן ,און דאָס זילבער ,און
דעם מאַנטל ,און די צונג גאָלד ,און ז ַײנע זין ,און ז ַײנע טעכטער ,און
ז ַײנע אָקסן ,און ז ַײנע אײזלען ,און ז ַײנע שאָף ,און ז ַײן געצעלט ,און
אַלץ װאָס האָט געהערט צו אים ,און זײ האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט
צום טאָל ָעכוֹר 25 .און יהוֹשו ַע האָט געזאָגט :װאָס האָסטו אונדז
פֿאַראומגליקט? פֿאַראומגליקן זאָל דיך גאָט ה ַײנטיקן טאָג .און גאַנץ
ישׂראל האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער; און זײ האָבן זײ
פֿאַרברענט אין פֿ ַײער ,און זײ פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער 26 .און זײ
האָבן אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס
שטײט ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג; און גאָט האָט זיך אָפּגעקערט פֿון ז ַײן
גרימצאָרן .דרום רופֿט מען יענעם אָרט דער טאָל ָעכוֹר ביז אױף
ה ַײנטיקן טאָג.