Page 18 - Yehoshue
P. 18

‫יהושוע‬

‫געלאַגערט אין צפֿון פֿון ַעי; און דער טאָל איז געװען צװישן אים און‬
‫צװישן ַעי‪ 12 .‬און ער האָט גענומען אַרום פֿינף טױזנט מאַן‪ ,‬און האָט‬
‫זײ געשטעלט פֿאַר לױערער צװישן בית‪ֵ -‬אל און צװישן ַעי‪ ,‬אין מערבֿ‬
‫פֿון ַעי‪ 13 .‬אַזױ האָבן זײ אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק‪ ,‬די גאַנצע מחנה‬
‫װאָס אין צפֿון פֿון דער שטאָט‪ ,‬און זײער הינטער‪-‬חיל אין מערבֿ פֿון‬
‫דער שטאָט‪ .‬און יהוֹשו ַע איז געגאַנגען אין יענער נאַכט אין מיטן‬

                                                                   ‫טאָל‪.‬‬

‫‪ 14‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער מלך פֿון ַעי האָט דערזען‪ ,‬אַזױ האָבן‬
‫די מענטשן פֿון דער שטאָט זיך געא ַײלט‪ ,‬און זײ האָבן זיך‬
‫געפֿעדערט‪ ,‬און ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן ישׂראל אױף מלחמה‪,‬‬
‫ער און ז ַײן גאַנץ פֿאָלק‪ ,‬אין דער אָפּגערעדטער צ ַײט‪ ,‬פֿאַר דעם‬
‫פּלױן‪ ,‬און ער האָט ניט געװוּסט אַז לױערער ז ַײנען אױף אים פֿון‬
‫הינטער דער שטאָט‪ 15 .‬און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך‬
‫געמאַכט װי געשלאָגן פֿאַר זײ‪ ,‬און ז ַײנען אַנטלאָפֿן אױפֿן װעג פֿון‬

                                                                  ‫מדבר‪.‬‬

‫‪ 16‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין ַעי איז צונױפֿגערופֿן געװאָרן‪ ,‬זײ‬
‫נאָכצוּיאָגן; און זײ האָבן נאָכגעיאָגט יהוֹשוען‪ ,‬און ז ַײנען‬
‫אַװעקגעצױגן געװאָרן פֿון דער שטאָט‪ 17 .‬און עס איז ניט געבליבן אַ‬
‫מענטש אין ַעי און אין בית‪ֵ -‬אל‪ ,‬װאָס איז ניט אַרױסגעגאַנגען נאָך‬
‫ישׂראל; און זײ האָבן געלאָזט די שטאָט אָפֿן‪ ,‬און נאָכגעיאָגט ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 18‬האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען‪ :‬שטרעק אױס דעם שפּיז װאָס אין‬
‫ד ַײן האַנט אַקעגן דער שטאָט ַעי‪ ,‬װאָרום אין ד ַײן האַנט װעל איך זי‬
‫געבן‪ .‬און יהוֹשו ַע האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיז װאָס אין ז ַײן‬
‫האַנט אַקעגן דער שטאָט‪ 19 .‬און די לױערער ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען‬
‫אױף גיך פֿון זײער אָרט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געלאָפֿן װי ער האָט‬
‫אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט‪ ,‬און ז ַײנען אַר ַײן אין דער שטאָט‪ ,‬און‬
‫האָבן זי באַצװוּנגען; און זײ האָבן געא ַײלט און האָבן אָנגעצונדן די‬
‫שטאָט אין פֿ ַײער‪ 20 .‬און די מענטשן פֿון ַעי האָבן זיך אומגעקערט‬
‫הינטער זיך‪ ,‬און דערזען‪ ,‬ערשט דער רױך פֿון דער שטאָט איז אַרױף‬
‫צום הימל‪ ,‬און זײ האָבן ניט געהאַט אין זיך כּוח צו לױפֿן אַהין אָדער‬
‫אַהער‪ .‬און דאָס פֿאָלק װאָס איז אַנטלאָפֿן צום מדבר‪ ,‬האָט זיך‬
‫אומגעקערט אױף די נאָכיאָגער‪ 21 .‬און װי יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל‬
‫האָבן געזען אַז די לױערער האָבן באַצװוּנגען די שטאָט‪ ,‬און אַז דער‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23