Page 22 - Yehoshue
P. 22
יהושוע
אונדז זאָל ניט ז ַײן אַ צאָרן פֿון װעגן דער שבֿועה װאָס מיר האָבן זײ
געשװאָרן 21 .און די פֿירשטן האָבן אָנגעזאָגט װעגן זײ :זאָלן זײ
בל ַײבן לעבן .און זײ ז ַײנען געװאָרן האָלצהעקער און װאַסערשעפּער
פֿאַר דער גאַנצער עדה ,אַזױ װי די פֿירשטן האָבן געהײסן װעגן זײ.
22און יהוֹשו ַע האָט זײ גערופֿן ,און האָט צו זײ גערעדט ,אַזױ צו
זאָגן :פֿאַר װאָס האָט איר אונדז גענאַרט ,אַזױ צו זאָגן :מיר ז ַײנען
זײער װ ַײט פֿון א ַײך ,װען איר זיצט צװישן אונדז? 23און אַצונד
זאָלט איר ז ַײן פֿאַרשאָלטן ,און עס זאָל ניט אױסגײן פֿון א ַײך אַ
קנעכט און האָלצהעקער און װאַסערשעפּער פֿאַר דעם הױז פֿון מ ַײן
גאָט.
24האָבן זײ געענטפֿערט יהוֹשוען ,און האָבן געזאָגט :װ ַײל דערצײלט
איז דערצײלט געװאָרן ד ַײנע קנעכט ,דאָס װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט
באַפֿױלן ז ַײן קנעכט משהן ,א ַײך צו געבן דאָס גאַנצע לאַנד ,און צו
פֿאַרטיליקן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד פֿון פֿאַר א ַײך ,און מיר האָבן
זײער מוֹרא געקריגן פֿאַר אונדזערע נפֿשות פֿון א ַײך; דרום האָבן מיר
געטאָן די דאָזיקע זאַך 25 .און אַצונד אָט ז ַײנען מיר אין ד ַײן האַנט;
װי עס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין ד ַײנע אױגן צו טאָן מיט אונדז,
טו.
26און ער האָט מיט זײ אַזױ געטאָן ,און האָט זײ מציל געװען פֿון
דער האַנט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,און זײ האָבן זײ ניט געהרגעט.
27און יהוֹשו ַע האָט זײ געמאַכט אין יענעם טאָג פֿאַר האָלצהעקער
און פֿאַר װאַסערשעפּער ,פֿאַר דער עדה ,און פֿאַר דעם מזבח פֿון
גאָט ,ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג ,אין דעם אָרט װאָס ער װעט
אױסדערװײלן.
1און עס איז געװען ,װי אַדוֹניֶ -צ ֶדק דער מלך פֿון ירו ָש ַל ִים האָט
געהערט אַז יהוֹשו ַע האָט באַצװוּנגען ַעי ,און האָט זי פֿאַרװיסט;י
אַז אַזױ װי ער האָט געטאָן צו יריחו און צו איר מלך ,אַזױ האָט ער
געטאָן צו ַעי און צו איר מלך; און אַז די באַװוינער פֿון ִגבֿעוֹן האָבן
געמאַכט שלום מיט ישׂראל ,און ז ַײנען געבליבן צװישן זײ; 2האָבן
זײ זײער מוֹרא געקריגן ,װ ַײל ִגבֿעוֹן איז געװען אַ גרױסע שטאָט ,אַזױ
װי אײנע פֿון די מלוכה-שטעט ,און װ ַײל זי איז געװען גרעסער פֿון