Page 25 - Yehoshue
P. 25

‫יהושוע‬

‫דאָזיקע פֿינף מלכים פֿון דער הײל‪ ,‬דעם מלך פֿון ירו ָש ַל ִים‪ ,‬דעם מלך‬
‫פֿון ֶחבֿרוֹן‪ ,‬דעם מלך פֿון ַירמות‪ ,‬דעם מלך פֿון ָלכיש‪ ,‬דעם מלך פֿון‬
‫ֶעגלוֹן‪ 24 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי זײ האָבן אַרױסגעבראַכט די דאָזיקע‬
‫מלכים צו יהוֹשוען‪ ,‬אַזױ האָט יהוֹשו ַע גערופֿן אַלע מענער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און ער האָט געזאָגט צו די פֿירער פֿון די מלחמה‪-‬ל ַײט װאָס‬
‫ז ַײנען מיט אים געגאַנגען‪ :‬גענענט‪ ,‬טוט אַרױף א ַײערע פֿיס אױף די‬
‫העלדזער פֿון די דאָזיקע מלכים‪ .‬האָבן זײ גענענט‪ ,‬און האָבן‬
‫אַרױפֿגעטאָן זײערע פֿיס אױף זײערע העלדזער‪ 25 .‬און יהוֹשו ַע האָט‬
‫צו זײ געזאָגט‪ :‬איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן‪ ,‬ז ַײט‬
‫שטאַרק און פֿעסט‪ ,‬װאָרום אַזױ װעט גאָט טאָן צו אַלע א ַײערע‬
‫פֿ ַײנט װאָס איר האַלט מלחמה מיט זײ‪ 26 .‬און יהוֹשו ַע האָט זײ‬
‫דערנאָך געשלאָגן‪ ,‬און האָט זײ געטײט‪ ,‬און זײ אױפֿגעהאַנגען א ֿױף‬
‫פֿינף בײמער; און זײ ז ַײנען געהאַנגען אױף די בײמער ביזן אָװנט‪.‬‬
‫‪ 27‬און עס איז געװען אין צ ַײט פֿון זונאונטערגאַנג‪ ,‬האָט יהוֹשו ַע‬
‫באַפֿױלן‪ ,‬און מע האָט זײ אַראָפּגענועמן פֿון די בײמער‪ ,‬און זײ‬
‫אַר ַײנגעװאָרפֿן אין דער הײל‪ ,‬װאָס זײ האָבן זיך דאָרטן באַהאַלטן‪.‬‬
‫און מע האָט אַרױפֿגעטאָן גרױסע שטײנער אױפֿן מױל פֿון דער הײל‪,‬‬

                               ‫װוּ זײ ליגן אַזש ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 28‬און יהוֹשו ַע האָט באַצװוּנגען ַמ ֵק ָדה אין יענעם טאָג‪ ,‬און האָט‬
‫געשלאָגן זי און איר מלך מיטן שאַרף פֿון שװערד; ער האָט‬
‫פֿאַרװיסט זײ און אַלע נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט ניט געלאָזט‬
‫אַן איבערבל ַײב‪ .‬און ער האָט געטאָן צום מלך פֿון ַמ ֵק ָדה‪ ,‬אַזױ װי ער‬

                                       ‫האָט געטאָן צום מלך פֿון יריחו‪.‬‬

‫‪ 29‬און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל מיט אים ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען‬
‫פֿון ַמ ֵק ָדה קײן ִלבָֿנה‪ 30 ,‬און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ִלבָֿנה‪.‬‬
‫און גאָט האָט אױך זי און איר מלך געגעבן אין דער האַנט פֿון‬
‫ישׂראל; און ער האָט זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד‪ ,‬מיט אַלע‬
‫נפֿשות װאָס אין איר; ער האָט ניט געלאָזט אין איר אַן איבערבל ַײב‪.‬‬
‫און ער האָט געטאָן צו איר מלך אַזױ װי ער האָט געטאָן צום מלך‬

                                                              ‫פֿון יריחו‪.‬‬

‫‪ 31‬און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל מיט אים ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען‬
‫פֿון ִלבָֿנה קײן ָלכיש‪ ,‬און ער האָט געלעגערט אױף איר און מלחמה‬
‫געהאַלטן אַקעגן איר‪ 32 .‬און גאָט האָט געגעבן ָלכיש אין דער האַנט‬
   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30