Page 26 - Yehoshue
P. 26
יהושוע
פֿון ישׂראל; און ער האָט זי באַצװוּנגען אױפֿן צװײטן טאָג ,און האָט
זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד ,מיט אַלע נפֿשות װאָס אין איר;
אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו ִלבָֿנה.
33דענצמאָל איז אַרױפֿגעקומען הוֹ ָרם דער מלך פֿון ֶגֶזר צו העלפֿן
ָלכיש ,און יהוֹשו ַע האָט געשלאָגן אים און ז ַײן פֿאָלק ביז ער האָט
אים ניט געלאָזט אַן איבערבל ַײב.
34און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל מיט אים ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען
פֿון ָלכיש קײן ֶעגלוֹן ,און זײ האָבן געלעגערט אױף איר ,און מלחמה
געהאַלטן אױף איר 35 .און זײ האָבן זי באַצװוּנגען אין יענעם טאָג,
און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; און אַלע נפֿשות װאָס
אין איר האָט ער פֿאַרװיסט אין יענעם טאָג; אַזױ װי אַלץ װאָס ער
האָט געטאָן צו ָלכיש.
36און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל מיט אים ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון
ֶעגלוֹן קײן ֶחבֿרוֹן ,און זײ האָבן מלחמה געהאַטלן אױף איר 37 .און
זײ האָבן זי באַצװוּנגען ,און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון
שװערד ,מיט איר מלך ,און אַלע אירע שטעט ,און אַלע נפֿשות װאָס
אין איר; ער האָט ניט געלאָזט אַן איבערבל ַײב; אַזױ װי אַלץ װאָס ער
האָט געטאָן צו ֶעגלוֹן .און ער האָט פֿאַרװיסט זי און אַלע נפֿשות
װאָס אין איר.
38און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט קײן
דבֿיר ,און ער האָט מלחמה געהאַלטן אױף איר 39 .און ער האָט
באַצװוּנגען זי און איר מלך ,און אַלע אירע שטעט; און זײ האָבן זײ
געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד ,און פֿאַרװיסט אַלע נפֿשות װאָס
אין איר; ער האָט ניט געלאָזט אַן איבערבל ַײב .אַזױ װי ער האָט
געטאָן צו חבֿרון ,אַזױ האָט ער געטאָן צו דבֿיר און צו איר מלך; אַזױ
װי ער האָט אױך געטאָן צו ִלבָֿנה און צו איר מלך.
40און יהוֹשו ַע האָט געשלאָגן דאָס גאַנצע לאַנד ,דאָס געבערג ,און
דעם ָדרום ,און די נידערונג ,און די אַראָפּגאַנגען ,און אַלע זײערע
מלכים; ער האָט ניט געלאָזט אַן איבערבל ַײב ,נ ַײערט װוּ נאָר אַן
אָטעם האָט ער פֿאַרװיסט ,אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט
באַפֿױלן 41 .און יהוֹשו ַע האָט זײ געשלאָגן פֿון ָק ֵדש-ברֵנ ַע און ביז
ַעָזה ,און דאָס גאַנצע לאַנד גוֹ ֶשן ,און ביז ִגבֿעוֹן 42 .און אַלע די