Page 31 - Yehoshue
P. 31

‫יהושוע‬

‫‪ 1‬און יהוֹשו ַע איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און גאָט האָט צו‬

‫אים געזאָגט‪ :‬דו ביסט אַלט און באַטאָגט‪ ,‬און פֿון לאַנד איזיג‬

‫נאָך געבליבן זײער פֿיל א ַײנצונעמען‪ 2 .‬דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איז‬
‫נאָך געבליבן‪ :‬אַלע געגנטן פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬און דער גאַנצער גשורי‪,‬‬
‫‪ 3‬פֿון דעם שיחוֹר װאָס פֿאַר ִמצ ַר ִים‪ ,‬און ביז דעם געמאַרק פֿון ֶעקרוֹן‬
‫צו צפֿון‪ ,‬װאָס װערט גערעכנט צום כַּנ ֲעני; די פֿינף פֿירשטן פֿון די‬
‫פּ ִלשתּים‪ ,‬דער ַעָזהער‪ ,‬און דער אַשדוֹדער‪ ,‬דער אַשקלוֹנער‪ ,‬דער‬
‫ַגתער‪ ,‬און דער ֶעקרוֹנער; און די ַע ִוים ‪ 4‬אין ָדרום; דאָס גאַנצע לאַנד‬
‫פֿון כַּנ ֲעני‪ ,‬און מ ָע ָרה װאָס געהערט צו די צידוֹנים‪ ,‬ביז אַפֿק‪ ,‬בזי דעם‬
‫געמאַרק פֿון ֶאמוֹרי; ‪ 5‬און דאָס לאַנד פֿון ִגבֿלי‪ ,‬און דער גאַנצער‬
‫לבֿנוֹן צו זונאױפֿגאַנג‪ ,‬פֿון ב ַעל‪ָ-‬גד אונטער באַרג חרמון‪ ,‬ביז מע‬
‫קומט קײן ַח ָמת; ‪ 6‬אַלע באַװוינער פֿון דעם געבערג‪ ,‬פֿון לבֿנוֹן ביז‬
‫ִמשׂרפֿוֹת‪ַ -‬מ ִים‪ ,‬אַלע צידוֹנים‪ .‬איך װעל זײ פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל; נאָר װאַרף דו עס אױס צו ישׂראל פֿאַר אַ נחלה‪,‬‬
‫אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן‪ 7 .‬און אַצונד צעטײל דאָס דאָזיקע‬
‫לאַנד פֿאַר אַ נחלה צו די נ ַײן שבֿטים‪ ,‬און דעם האַלבן שבֿט מנשה‪.‬‬
‫‪ 8‬מיט אים האָבן די ראובֿנים און די ָגדים געקריגן זײער נחלה‪ ,‬װאָס‬
‫משה האָט זײ געגעבן‪ ,‬אױף יענער ז ַײט ַירדן צו מזרח אַזױ װי משה‬
‫דער קנעכט פֿון גאָט האָט זײ געגעבן‪ 9 :‬פֿון ַערוֹ ֵער װאָס ב ַײם ברעג‬
‫טאָל אַרנוֹן‪ ,‬און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל‪ ,‬און דאָס גאַנצע‬
‫פֿלאַכלאַנד‪ֵ ,‬מידבֿאָ ביז דיבֿוֹן; ‪ 10‬און אַלע שטעט פֿון סיחון דעם מלך‬
‫פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬װאָס האָט געקיניגט אין ֶחשבוֹן‪ ,‬ביז דעם געמאַרק פֿון די‬
‫קינדער פֿון ַעמוֹן; ‪ 11‬און ִגל ָעד‪ ,‬און דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי‪,‬‬
‫און דעם ַמ ֲע ָכתי‪ ,‬און גאַנץ באַרג חרמון‪ ,‬און גאַנץ ב ָשן ביז ַסל ָכה;‬
‫‪ 12‬דאָס גאַנצע קיניגר ַײך פֿון עוֹגן אין ב ָשן‪ ,‬װאָס האָט געקיניגט אין‬
‫ַעש ָתּרוֹת און אין ֶאד ֶר ִעי – ער איז איבערגעבליבן פֿון דעם רעשט פֿון‬
‫די רפֿאים – װאָרום משה האָט זײ געשלאָגן‪ ,‬און האָט זײ פֿאַרטריבן‪.‬‬
‫‪ 13‬אָבער די קינדער פֿון ישׂראל האָבן ניט פֿאַרטריבן דעם גשורי און‬
‫דעם ַמ ֲע ָכתי; און גשור און ַמ ֲע ָכת ז ַײנען געבליבן זיצן צװישן ישׂראל‬

                                                ‫ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 14‬נאָר דעם שבֿט ֵל ִוי האָט ער ניט געגעבן קײן נחלה; די‬
‫פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬דאָס איז ז ַײן נחלה‪ ,‬אַזױ‬

                                          ‫װי ער האָט צו אים גערעדט‪.‬‬
   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36