Page 32 - Yehoshue
P. 32

‫יהושוע‬

‫‪ 15‬און משה האָט געגעבן דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט‬
‫זײערע משפּחות‪ 16 .‬און זײער געמאַרק איז געװען פֿון ַערוֹ ֵער װאָס‬
‫ב ַײם ברעג טאָל אַרנוֹן‪ ,‬און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל‪ ,‬און דאָס‬
‫גאַנצע פֿלאַכלאַנד ביז ֵמידבֿאָ; ‪ֶ 17‬חשבוֹן און אַלע אירע שטעט װאָס‬
‫אױפֿן פֿלאַכלאַנד‪ ,‬דיבֿוֹן‪ ,‬און במוֹת‪-‬ב ַעל‪ 18 ,‬און בית‪-‬ב ַעל‪ְ -‬מעוֹן; און‬
‫ַיה ָצה‪ ,‬און ק ֵדמוֹת‪ ,‬און ֵמיפֿ ַעת; ‪ 19‬און ִקרָי ַת ִים‪ ,‬און ִשׂבֿ ָמה‪ ,‬און ֶצ ֶרת‪-‬‬
‫ַש ַחר אױפֿן טאָלבאַרג; ‪ 20‬און בית‪-‬פּעוֹר‪ ,‬און די אַראָפּגאַנגען פֿון‬
‫פּסָגה‪ ,‬און בית‪-‬ישימוֹת; ‪ 21‬און אַלע שטעט פֿון דעם פֿלאַכלאַנד‪ ,‬און‬
‫דאָס גאַנצע קיניגר ַײך פֿון סיחון דעם מלך פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬װאָס האָט‬
‫געקיניגט אין ֶחשבוֹן‪ ,‬װאָס משה האָט אים געשלאָגן מיט די‬
‫הױפּטל ַײט פֿון ִמדָין‪ ,‬אַ ִוי‪ ,‬און ֶר ֶקם‪ ,‬און צור‪ ,‬און חור‪ ,‬און ֶרבֿע‪ ,‬די‬
‫פֿירשטן פֿון סיחונען‪ ,‬באַװוינער פֿון לאַנד‪ 22 .‬אױך בל ָעם דעם זון‬
‫פֿון בעוֹרן‪ ,‬דעם װאָרזאָגער‪ ,‬האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געהרגעט‬
‫מיטן שװערד צװישן זײערע דערשלאָגענע‪ 23 .‬און דער געמאַרק פֿון‬

                ‫די קינדער פֿון ראובֿן איז געװען דער ַירדן מיטן ברעג‪.‬‬

‫דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע משפּחות‪ ,‬די‬
                                           ‫שטעט מיט זײערע דערפֿער‪.‬‬

‫‪ 24‬און משה האָט געגעבן דעם שבֿט ָגד‪ ,‬די קינדער פֿון ָגד‪ ,‬לױט‬
‫זײערע משפּחות‪ 25 .‬און זײער געמאַרק איז געװען ַי ְעֵזר‪ ,‬און אַלע‬
‫שטעט פֿון ִגל ָעד‪ ,‬און אַ העלפֿט לאַנד פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן‪ ,‬ביז‬
‫ַערוֹ ֵער װאָס פֿאַר ַרבה; ‪ 26‬און פֿון ֶחשבוֹן ביז ָר ַמת‪ִ -‬מצפּה‪ ,‬און‬
‫בטוֹנים‪ ,‬און פֿון ַמחַנ ִים ביז דעם געמאַרק פֿון ִלדבֿר; ‪ 27‬און אין טאָל‪,‬‬
‫בית‪ָ -‬ה ָרם‪ ,‬און בית‪ִ -‬נמ ָרה‪ ,‬און סוכּוֹת‪ ,‬און ָצפֿוֹן‪ ,‬דער רעשט פֿון דעם‬
‫קיניגר ַײך פֿון סיחון דעם מלך פֿון ֶחשבוֹן‪ ,‬דער ַירדן מיטן ברעג‪ ,‬ביז‬

                          ‫עק ים ִכֶּנ ֶרת‪ ,‬אױף יענער ז ַײט ַירדן צו מזרח‪.‬‬

‫‪ 28‬דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון ָגד לױט זײערע משפּחות‪ ,‬די‬
                                           ‫שטעט מיט זײערע דערפֿער‪.‬‬

‫‪ 29‬און משה האָט געגעבן צום האַלבן שבֿט מנשה; און עס איז‬
‫געװען פֿאַר דעם האַלבן שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנשה לױט זײערע‬
‫משפּחות‪ 30 .‬און זײער געמאַרק איז געװען פֿון ַמחַנ ִים‪ ,‬גאַנץ ב ָשן‪,‬‬
‫דאָס גאַנצע קיניגר ַײך פֿון עוֹג דעם מלך פֿון ב ָשן‪ ,‬און אַלע ”דערפֿער‬
‫פֿון ָיאיר“ װאָס אין ב ָשן‪ ,‬זעכציק שטעט; ‪ 31‬און האַלב ִגל ָעד‪ ,‬און‬
   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37