Page 27 - Yehoshue
P. 27
יהושוע
דאָזיקע מלכים און זײער לאַנד האָט יהוֹשו ַע באַצװוּנגען אױף אײן
מאָל; װאָרום יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר
ישׂראל.
43און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט אין
לאַגער קײן ִגלָגל.
1און עס איז געװען ,װי ָיבֿין דער מלך פֿון ָחצוֹר האָט
דערהערט ,אַזױ האָט ער געשיקט צו יוֹבֿבֿ דעם מלך פֿוןיא
ָמדוֹן ,און צו דעם מלך פֿון ִשמרוֹן ,און צו דעם מלך פֿון אַכ ָשף; 2און
צו די מלכים װאָס אין צפֿון ,אין דעם געבערג ,און אױפֿן פּלױן ,אין
ָדרום פֿון ִכּנרוֹת ,און אין דער נידערונג ,און אין די געגנטן פֿון דוֹר,
אין מערבֿ; 3צו דעם כַּנ ֲעני אין מזרח און אין מערבֿ ,און צו דעם
ֶאמוֹרי ,און דעם ִחתּי ,און דעם פּ ִרזי ,און דעם יבֿוסי אין דעם
געבערג ,און דעם ִח ִוי אונטער חרמון אין לאַנד ִמצפּה 4 .און זײ
ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען ,זײ און אַלע זײערע מחנות מיט זײ ,פֿיל פֿאָלק,
אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט ,און פֿערד
און ר ַײטװעגן זײער פֿיל 5 .און אַלע די דאָזיקע מלכים האָבן זיך
א ַײנגעזאַמלט ,און ז ַײנען געקומען ,און האָבן אין אײנעם געלאַגערט
ב ַײ די װאַסערן פֿון ֵמרוֹם ,מלחמה צו האַלטן מיט ישׂראל.
6האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען :זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ,
װאָרום מאָרגן אַרום דער צ ַײט ,גיב איך זײ אַלע איבער דערשלאָגענע
פֿאַר ישׂראל .זײערע פֿערד זאָלסטו אױסר ַײסן ,און זײערע ר ַײטװעגן
זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿ ַײער.
7און יהוֹשו ַע און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק מיט אים ז ַײנען
געקומען אױף זײ פּלוצים ב ַײ די װאַסערן פֿון ֵמרוֹם ,און זײ ז ַײנען
אָנגעפֿאַלן אױף זײ 8 .און גאָט האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון
ישׂראל ,און זײ האָבן זײ געשלאָגן ,און זײ נאָכגעיאָגט ביז גרױס-
צידוֹן ,און ביז ִמשׂרפֿוֹתַ -מ ִים ,און ביז דעם טאָל פֿון ִמצפּה צו מזרח;
און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ ניט צו לאָזן אַן איבערבל ַײב 9 .און
יהוֹשו ַע האָט צו זײ געטאָן אַזױ װי גאָט האָט אים אָנגעזאָגט; זײערע
פֿערד האָט ער אױסגעריסן ,און זײערע ר ַײטװעגן ,האָט ער
פֿאַרברענט אין פֿ ַײער.