Page 23 - Yehoshue
P. 23

‫יהושוע‬

‫ַעי‪ ,‬און אַלע אירע מענטשן ז ַײנען געװען גיבוֹרים‪ 3 .‬און אַדוֹני‪ֶ -‬צ ֶדק‬
‫דער מלך פֿון ירו ָש ַל ִים האָט געשיקט צו הוֹ ָהם דעם מלך פֿון ֶחבֿרוֹן‪,‬‬
‫און צו ִפּ ְראָם דעם מלך פֿון ַירמות‪ ,‬און צו ָיפֿי ַע דעם מלך פֿון ָלכיש‪,‬‬
‫און צו דבֿיר דעם מלך פֿון ֶעגלוֹן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 4 :‬קומט אַרױף צו‬
‫מיר‪ ,‬און העלפֿט מיר‪ ,‬און לאָמיר שלאָגן ִגבֿעוֹן‪ ,‬װ ַײל זי האָט‬

         ‫געמאַכט שלום מיט יהוֹשוען און מיט די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 5‬האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט און ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען די פֿינף מלכים‬
‫פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬דער מלך פֿון ירו ָש ַל ִים‪ ,‬דער מלך פֿון ֶחבֿרוֹן‪ ,‬דער מלך פֿון‬
‫ַירמות‪ ,‬דער מלך פֿון ָלכיש‪ ,‬דער מלך פֿון ֶעגלוֹן‪ ,‬זײ מיט אַלע זײערע‬
‫מחנות‪ ,‬און זײ האָבן געלעגערט אױף ִגבֿעוֹן‪ ,‬און מלחמה געהאַלטן‬

                                                              ‫אױף איר‪.‬‬

‫‪ 6‬האָבן די מענטשן פֿון ִגבֿעוֹן געשיקט צו יהוֹשוען אין לאַגער קײן‬
‫ִגלָגל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָלסט ניט אָפּלאָזן ד ַײנע הענט פֿון ד ַײנע‬
‫קנעכט; קום אַרױף צו אונדז אױף גיך‪ ,‬און העלף אונדז‪ ,‬און שטײ‬
‫אונדז ב ַײ; װאָרום אַלע מלכים פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬די באַװוינער פֿון דעם‬

                          ‫געבערג‪ ,‬האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט אױף אונדז‪.‬‬

‫‪ 7‬איז יהוֹשו ַע אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִגלָגל‪ ,‬ער און דאָס גאַנצע מלחמה‪-‬‬
‫פֿאָלק מיט אים‪ ,‬און אַלע העלדישע גיבוֹרים‪ 8 .‬און גאָט האָט‬
‫געזאָגט צו יהוֹשוען‪ :‬זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ‪ ,‬װאָרום איך‬
‫האָב זײ געגעבן אין ד ַײן האַנט; קײנער פֿון זײ װעט ניט באַשטײן‬
‫פֿאַר דיר‪ 9 .‬און יהוֹשו ַע איז געקומען אױף זײ פּלוצים; די גאַנצע‬
‫נאַכט איז ער אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִגלָגל‪ 10 .‬און גאָט האָט זײ‬
‫צעטומלט פֿאַר ישׂראל; און ער האָט זײ געשלאָגן אַ גרױסן שלאַק‬
‫אין ִגבֿעוֹן‪ ,‬און האָט זײ נאָכגעיאָגט אױף דעם װעג פֿון דעם‬
‫אַרױפֿגאַנג פֿון בית‪-‬חוֹרוֹן‪ ,‬און זײ געשלאָגן ביז ַעֵז ָקה‪ ,‬און ביז ַמ ֵק ָדה‪.‬‬
‫‪ 11‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז זײ ז ַײנען געלאָפֿן פֿאַר ישׂראל‪ ,‬װען זײ‬
‫ז ַײנען געװען אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון בית‪-‬חוֹרוֹן‪ ,‬האָט גאָט‬
‫אַראָפּגעװאָרפֿן אױף זײ פֿון הימל גרױסע שטײנער‪ ,‬ביז ַעֵז ָקה‪ ,‬און זײ‬
‫ז ַײנען געשטאָרבן‪ .‬מער ז ַײנען געװען די װאָס ז ַײנען געשטאָרבן פֿון‬
‫די האָגלשטײנער‪ ,‬װי די װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געהרגעט‬

                                                          ‫מיטן שװערד‪.‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28