Page 20 - Yehoshue
P. 20
יהושוע
ישׂראל 33 .און גאַנץ ישׂראל ,און זײערע עלטסטע און אױפֿזעער ,און
זײערע ריכטער ,ז ַײנען געשטאַנען פֿון דער ז ַײט און פֿון יענער ז ַײט
פֿון אָרון ,פֿאַר די כֹּהנים פֿון שבֿט ֵל ִוי װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון
פֿון גאָטס בונד – אַזױ דער פֿרעמדער װי דער א ַײנגעבאָרענער,
העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג ג ִרזים ,און העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג
ֵעיבֿל ,אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט פֿון פֿריער באַפֿױלן ,צו
בענטשן דאָס פֿאָלק ישׂראל 34 .און דערנאָך האָט ער געלײענט אַלע
װערטער פֿון דער תּוֹרה ,די ברכה און די קללה ,אַזױ װי אַלץ װאָס
שטײט געשריבן אין בוך פֿון דער תּוֹרה 35 .ניט געװען אַ װאָרט פֿון
אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן ,װאָס יהוֹשו ַע האָט ניט געלײענט פֿאַר
דער גאַנצער א ַײנזאַמלונג פֿון ישׂראל ,און די װ ַײבער און די קלײנע
קינדער ,און דעם פֿרעמדן װאָס איז מיטגעגאַנגען צװישן זײ.
1און עס איז געװען ,אַז אַלע מלכים װאָס אױף דער ז ַײט ַירדן,
אין דעם געבערג ,און אין דער נידערונג ,און אױף דעם גאַנצןט
ברעג פֿון ַיםַ -הָגדול ,אַקעגן לבֿנוֹן ,דער ִחתּי ,און דער ֶאמוֹרי ,דער
כַּנ ֲעני ,דער פּ ִרזי ,דער ִח ִוי ,און דער יבֿוסי ,האָבן דערהערט 2 ,אַזױ
האָבן זײ זיך א ַײנגעזאַמלט אין אײנעם ,מלחמה צו האַלטן מיט
יהוֹשוען און מיט ישׂראל ,מיט אײן מױל.
3און די באַװױנער פֿון ִגבֿעוֹן האָבן געהערט װאָס יהוֹשו ַע האָט
געטאָן צו יריחו און צו ַעי; 4און זײ אױך האָבן געטאָן מיט
ליסטיקײט ,און ז ַײנען געגאַנגען און האָבן זיך פֿאַרשטעלט; און זײ
האָבן גענומען אָפּגעניצטע זעק פֿאַר זײערע אײזלען ,און אָפּגעניצטע
און צעשפּאָלטענע און צונױפֿגעבונדענע װ ַײנלאָגלען 5 ,און
אָפּגעטראָגענע און פֿאַרלאַטעטע שיך אױף זײערע פֿיס ,און
אָפּגעטראָגענע קלײדער אױף זיך; און דאָס גאַנצע ברױט פֿון זײער
צערונג איז געװען פֿאַרטריקנט אױף ברעקלעך 6 .און זײ ז ַײנען
געגאַנגען צו יהוֹשוען אין לאַגער קײן ִגלָגל ,און האָבן געזאָגט צו
אים און צו די מענער פֿון ישׂראל :פֿון אַ װ ַײטן לאַנד ז ַײנען מיר
געקומען ,און אַצונד שליסט אונדז אַ בונד.
7האָבן די מענער פֿון ישׂראל געזאָגט צו דעם ִח ִוי :אפֿשר זיצסטו
צװישן אונדז ,און װי קען איך דיר שליסן אַ בונד? 8האָבן זײ געזאָגט