Page 15 - Yehoshue
P. 15

‫יהושוע‬

‫אונדז צו געבן אין דער האַנט פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬כּדי אונדז‬
‫אונטערצוברענגען? הלװאַי װאָלטן מיר באַשטאַנען און געבליבן‬
‫אױף יענער ז ַײט ַירדן! ‪ 8‬איך בעט דיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָס קען איך זאָגן‪,‬‬
‫נאָכדעם אַז ישׂראל האָט געמוזט קערן דעם נאַקן פֿאַר ז ַײנע פֿ ַײנט?‬
‫‪ 9‬װאָרום דער כַּנ ֲעני און אַלע באַװוינער פֿון לאַנד װעלן דערהערן‪,‬‬
‫און װעלן אונדז אַרומרינגלען‪ ,‬און פֿאַרשנ ַײדן אונדזער נאָמען פֿון‬

             ‫דער ערד; און װאָס װעסטו טאָן פֿאַר ד ַײן גרױסן נאָמען?‬

‫‪ 10‬האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען‪ :‬שטײ דיר אױף; נאָך װאָס דען‬
‫פֿאַלסטו אױף ד ַײן פּנים? ‪ 11‬געזינדיקט האָט ישׂראל‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫אױך איבערגעטרעטן מ ַײן בונד װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אי גענומען פֿון חרם‪ ,‬אי געגנבֿעט‪ ,‬אי פֿאַרלײקנט‪ ,‬אי‬
‫אַר ַײנגעטאָן אין זײערע זאַכן‪ 12 .‬דרום קענען די קינדער פֿון ישׂראל‬
‫ניט באַשטײן פֿאַר זײערע פֿ ַײנט; דעם נאַקן קערן זײ פֿאַר זײערע‬
‫פֿ ַײנט‪ ,‬װ ַײל זײ ז ַײנען געװאָרן צו חרם; איך װעל מער ניט ז ַײן מיט‬
‫א ַײך‪ ,‬אױב איר װעט ניט פֿאַרטיליקן דעם חרם פֿון צװישן א ַײך‪.‬‬
‫‪ 13‬שטײ אױף‪ ,‬און הײליק דאָס פֿאָלק‪ ,‬און זאָלסט זאָגן‪ :‬הײליקט‬
‫א ַײך אױף מאָרגן‪ ,‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון‬
‫ישׂראל‪ :‬חרם איז צװישן דיר‪ ,‬ישׂראל; װעסט ניט קענען באַשטײן‬
‫פֿאַר ד ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬ביז איר װעט אָפּטאָן דעם חרם פֿון צװישן א ַײך‪.‬‬
‫‪ 14‬דרום זאָלט איר גענענען אין דער פֿרי לױט א ַײערע שבֿטים‪ ,‬און‬
‫עס װעט ז ַײן‪ ,‬דער שבֿט װאָס גאָט װעט אים פֿאַרנעמען‪ ,‬זאָל‬
‫גענענען לױט די משפּחות‪ ,‬און די משפּחה װאָס גאָט װעט זי‬
‫פֿאַרנעמען‪ ,‬זאָל גענענען לױט די ה ַײזער‪ ,‬און דאָס הױז װאָס גאָט‬
‫װעט עס פֿאַרנעמען‪ ,‬זאָל גענענען לױט די מענער‪ 15 .‬און עס װעט‬
‫ז ַײן‪ ,‬דער װאָס װעט פֿאַרנומען װערן מיטן חרם‪ ,‬זאָל פֿאַרברענט‬
‫װערן אין פֿ ַײער‪ ,‬ער און אַלץ װאָס געהערט צו אים; װ ַײל ער האָט‬
‫איבערגעטרעטן דעם בונד פֿון גאָט‪ ,‬און װ ַײל ער האָט געטאָן אַ נבֿלה‬

                                                            ‫אין ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט יהוֹשו ַע זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי‪ ,‬און געמאַכט גענענען‬
‫ישׂראל לױט ז ַײנע שבֿטים; איז פֿאַרנומען געװאָרן שבֿט יהודה‪.‬‬
‫‪ 17‬האָט ער געמאַכט גענענען די משפּחה פֿון יהודה‪ ,‬און ער האָט‬
‫פֿאַרנומען די משפּחה פֿון די ַזרחים‪ .‬האָט ער געמאַכט גענענען די‬
‫משפּחה פֿון די ַזרחים לױט די מענער‪ ,‬און ַזבֿדי איז פֿאַרנומען‬
‫געװאָרן‪ 18 .‬האָט ער געמאַכט גענענען ז ַײן הױז לױט די מענער‪ ,‬און‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20