Page 11 - Yehoshue
P. 11

‫יהושוע‬

‫‪ 10‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן גערוט אין ִגלָגל; און זײ האָבן‬
‫געמאַכט דעם ָקרבן‪ֶ -‬פּ ַסח אין פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש‪ ,‬אין אָװנט‪,‬‬
‫אין די פּלױנען פֿון יריחו‪ 11 .‬און זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה‬
‫פֿון לאַנד אױף מאָרגן נאָכן ָקרבן‪ֶ -‬פּ ַסח‪ ,‬מצות און געברענטע זאַנגען‪,‬‬
‫אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג‪ 12 .‬און דער ַמן האָט אױפֿגעהערט‬
‫אױף מאָרגן‪ ,‬אַז זײ האָבן געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד; און די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן מער ניט געהאַט קײן ַמן; און זײ האָבן‬

               ‫געגעסן פֿון דער תּבֿואה פֿון לאַנד כַּנ ַען אין יענעם יאָר‪.‬‬

‫‪ 13‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז יהוֹשו ַע איז געװען אין יריחו‪ ,‬האָט ער‬
‫אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן און געזען‪ ,‬ערשט אַ מאַן שטײט אַקעגן אים‪,‬‬
‫מיט ז ַײן שװערד אַרױסגעצױגן אין ז ַײן האַנט‪ .‬איז יהוֹשו ַע‬
‫צוגעגאַנגען צו אים‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬ביסטו פֿאַר אונדז‪,‬‬
‫אָדער פֿאַר אונדזערע פֿ ַײנט? ‪ 14‬האָט ער געענטפֿערט‪ :‬נײן‪ ,‬נ ַײערט‬
‫איך בין דער חיל‪-‬פֿירער פֿון גאָט; אָקאָרשט בין איך געקומען‪ .‬איז‬
‫יהוֹשו ַע געפֿאַלן אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד‪ ,‬און האָט זיך געבוקט‪,‬‬
‫און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬װאָס װיל מ ַײן האַר רעדן צו ז ַײן קנעכט?‬
‫‪ 15‬האָט דער חיל‪-‬פֿירער פֿון גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען‪ :‬צי אַראָפּ ד ַײן‬
‫שוך פֿון ד ַײן פֿוס‪ ,‬װאָרום דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים‪ ,‬ער‬

                            ‫איז הײליק‪ .‬און יהוֹשו ַע האָט אַזױ געטאָן‪.‬‬

‫‪ 1‬און יריחו איז געװען פֿאַרשפּאַרט און פֿאַרשלאָסן פֿון װעגן די‬

        ‫קינדער פֿון ישׂראל; ניט אַרױס און ניט אַר ַײן‪.‬ו‬

‫‪ 2‬האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען‪ :‬זע‪ ,‬איך האָב געגעבן אין ד ַײן האַנט‬
‫יריחו און איר מלך‪ ,‬די שטאַרקע גיבוֹרים‪ 3 .‬זאָלט איר‪ ,‬אַלע מלחמה‪-‬‬
‫ל ַײט‪ ,‬אַרומגײן די שטאָט רונד אַרום אײן מאָל‪ .‬אַזױ זאָלסטו טאָן‬
‫זעקס טעג‪ 4 .‬און זיבן כֹּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס‬
‫פֿאַר דעם אָרון; און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלט איר אַרומגײן די שטאָט‬
‫זיבן מאָל; און די כֹּהנים זאָלן בלאָזן אין די שוֹפֿרות‪ 5 .‬און עס װעט‬
‫ז ַײן‪ ,‬װען מע גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז מיטן האָרן פֿון װידער‪,‬‬
‫װי איר הערט דעם ָקול פֿון שוֹפֿר‪ ,‬זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק שאַלן אַ‬
‫גרױסע שאַלונג‪ ,‬און די מױער פֿון דער שטאָט װעט א ַײנפֿאַלן אונטער‬

            ‫זיך‪ ,‬און דאָס פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן איטלעכער אַקעגן זיך‪.‬‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16