Page 12 - Yehoshue
P. 12
יהושוע
6האָט יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון גערופֿן די כֹּהנים ,און ער האָט צו זײ
געזאָגט :טראָגט דעם אָרון פֿון בונד ,און זיבן כֹּהנים זאָלן טראָגן
זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט 7 .און ער האָט
געזאָגט צום פֿאָלק :ציט ,און גײט אַרום די שטאָט ,און די
באַװאָפֿנטע זאָלן ציען פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט.
8איז געשען אַזױ װי יהוֹשו ַע האָט אָנגעזאָגט דעם פֿאָלק; און די זיבן
כֹּהנים ,װאָס האָבן געטראָגן די זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר גאָט,
האָבן געצױגן ,און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות ,און דער אָרון פֿון גאָטס
בונד איז געגאַנגען נאָך זײ 9 .און די באַװאָפֿנטע ז ַײנען געגאַנגען פֿאַר
די כֹּהנים ,װאָס האָבן געבלאָזן אין די שוֹפֿרות ,און דער הינטער-חיל
איז געגאַנגען נאָך דעם אָרון; געגאַנגען און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות.
10און דעם פֿאָלק האָט יהוֹשו ַע באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :איר זאָלט
ניט שאַלן ,און ניט לאָזן הערן א ַײער ָקול ,און אַ װאָרט זאָל ניט
אַרױסגײן פֿון א ַײער מױל ,ביז דעם טאָג װאָס איך זאָג צו א ַײך:
שאַלט! דענצמאָל זאָלט איר שאַלן.
11און ער האָט געלאָזט דעם אָרון פֿון גאָט אַרומגײן די שטאָט רונד
אַרום אײן מאָל; און זײ ז ַײנען צוריקגעקומען אין לאַגער ,און האָבן
גענעכטיקט אין לאַגער.
12און יהוֹשו ַע האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי; און די כֹּהנים
האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָט 13 .און די זיבן כֹּהנים ,װאָס האָבן
געטראָגן די זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט ,ז ַײנען
געגאַנגען נאָכאַנאַנד און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות ,און די באַװאָפֿנטע
ז ַײנען געגאַנגען זײ פֿאַרױס ,און דער הינטער-חיל איז געגאַנגען נאָך
דעם אָרון פֿון גאָט; געגאַנגען און געבלאָזן אין די שוֹפֿרות 14 .אױך
אױפֿן צװײטן טאָג ז ַײנען זײ אַרומגעגאַנגען די שטאָט אײן מאָל ,און
זיך אומגעקערט אין לאַגער .אַזױ האָבן זײ געטאָן זעקס טעג 15 .און
עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג ,האָבן זײ זיך געפֿעדערט װי דער
פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען ,און זײ ז ַײנען אַרומגעגאַנגען די שטאָט
אױפֿן דאָזיקן שטײגער זיבן מאָל; 16בלױז אין יענעם טאָג ז ַײנען זײ
אַרומגעגאַנגען די שטאָט זיבן מאָל .און עס איז געװען ב ַײם זיבעטן
מאָל ,האָבן די כֹּהנים געבלאָזן אין די שוֹפֿרות ,און יהוֹשו ַע האָט
געזאָגט צום פֿאָלק :שאַלט! װאָרום גאָט האָט א ַײך געגעבן די