Page 3 - Yehoshue
P. 3
יהושוע
אַנגסטן ,װאָרום יהוה ד ַײן גאָט איז מיט דיר אומעטום אַװוּ דו װעסט
גײן.
10האָט יהוֹשו ַע באַפֿױלן די אױפֿזעער פֿון פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן :גײט
דורך אין לאַגער ,און באַפֿעלט דעם פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן 11:גרײט
א ַײך אָן צערונג ,װאָרום אין דר ַײ טעג אַרום גײט איר אַריבער דעם
דאָזיקן ַירדן ,צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה א ַײער גאָט גיט
א ַײך ,עס צו אַרבן.
12און צו די ראובֿנים ,און צו די ָגדים ,און צום האַלבן שבֿט מנשה,
האָט יהוֹשו ַע געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן :געדענקט די זאַך װאָס משה דער
קנעכט פֿון גאָט האָט א ַײך באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן 13 :יהוה א ַײער
גאָט באַרוט א ַײך ,און װעט א ַײך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד 14 .זאָלן
א ַײערע װ ַײבער ,א ַײערע קלײנע קינדער ,און א ַײער פֿי ,בל ַײבן אין
דעם לאַנד װאָס משה האָט א ַײך געגעבן אױף דער ז ַײט ַירדן ,און
איר ,אַלע העלדישע גיבוֹרים ,זאָלט אַריבערגײן באַװאָפֿנטע פֿאַרױס
פֿאַר א ַײערע ברידער ,און זײ העלפֿן 15 .ביז װאַנען גאָט װעט באַרוען
א ַײערע ברידער אַזױ װי א ַײך ,און אױך זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד
װאָס יהוה א ַײער גאָט גיט זײ .דענצמאָל װעט איר זיך אומקערן צו
דעם לאַנד פֿון א ַײער אַרבונג ,און װעט עס אַרבן – װאָס משה דער
קנעכט פֿון גאָט האָט א ַײך געגעבן אױף דער ז ַײט ַירדן ,צו
זונאױפֿגאַנג.
16האָבן זײ געענטפֿערט יהוֹשוען ,אַזױ צו זאָגן :אַלץ װאָס דו האָסט
אונדז באַפֿױלן ,װעלן מיר טאָן ,און אומעטום אַװוּ דו װעסט אונדז
שיקן ,װעלן מיר גײן 17 .גענױ װי מיר האָבן צוגעהערט צו משהן,
אַזױ װעלן מיר צוהערן צו דיר; זאָל נאָר יהוה ד ַײן גאָט ז ַײן מיט דיר,
אַזױ װי ער איז געװען מיט משהן 18 .איטלעכער מאַן װאָס װעט
װידערשפּעניקן ד ַײן מױל ,און װעט ניט צוהערן ד ַײנע װערטער ,לױט
אַלץ װאָס דו װעסט אים באַפֿעלן ,זאָל געטײט װערן; נאָר ז ַײ
שטאַרק און פֿעסט.