Page 2 - Yehoshue
P. 2
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום י ִידיש פֿון יהואש
ְיהוֹשו ַע
1און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון משה דעם קנעכט פֿון
גאָט ,האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשו ַע דעם זון פֿון נון ,דעםא
באַדינער פֿון משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :משה מ ַײן קנעכט איז
געשטאָרבן; און אַצונד שטײ אױף ,און גײ אַריבער דעם דאָזיקן ַירדן,
דו און דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק ,צו דעם לאַנד װאָס איך גיב זײ –
די קינדער פֿון ישׂראל 3 .יעטװעדער אָרט װאָס א ַײער פֿוסטריט װעט
דערױף טרעטן ,האָב איך א ַײך אים געגעבן ,אַזױ װי איך האָב גערעדט
צו משהן 4 .פֿון דעם מדבר ,און דעם דאָזיקן לבֿנוֹן ,און ביזן גרױסן
ט ַײך ,דעם ט ַײך פּ ָרת ,דאָס גאַנצע לאַנד פֿון די ִחתּים ,און ביזן ַים-
ַהָגדול ,צו זונאונטערגאַנג ,װעט ז ַײן א ַײער געמאַרק 5 .קײנער װעט
ניט באַשטײן פֿאַר דיר אַלע טעג פֿון ד ַײן לעבן; אַזױ װי איך בין
געװען מיט משהן ,װעל איך ז ַײן מיט דיר; איך װעל דיך ניט אָפּלאָזן
און דיך ניט פֿאַרלאָזן 6 .ז ַײ שטאַרק און פֿעסט ,װאָרום דו װעסט
דאָס דאָזיקע פֿאָלק מאַכן אַרבן דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן
זײערע עלטערן זײ צו געבן 7 .נאָר ז ַײ זײער שטאַרק און פֿעסט צו
היטן צו טאָן אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּוֹרה װאָס משה מ ַײן קנעכט
האָט דיר באַפֿױלן; זאָלסט דערפֿון ניט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס,
כּדי זאָלסט באַגליקן אומעטום אַװוּ דו װעסט גײן 8 .דאָס דאָזיקע
בוך פֿון דער תּוֹרה זאָל זיך ניט אָפּטאָן פֿון ד ַײן מױל ,און זאָלסט
טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט ,כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי
אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרום דענצמאָל װעסטו מצליח
ז ַײן אין ד ַײנע װעגן ,און דענצמאָל װעסטו באַגליקן 9 .פֿאַר װאָר ,איך
זאָג דיר אָן :ז ַײ שטאַרק און פֿעסט ,זאָלסט ניט פֿאָרכטן און ניט