Page 40 - Yehoshue
P. 40
יהושוע
בין פֿיל פֿאָלק ,װ ַײל גאָט האָט מיך אַזױ געבענטשט? 15האָט יהוֹשו ַע
צו זײ געזאָגט :אױב דו ביסט פֿיל פֿאָלק ,גײ דיר אַרױף צום װאַלד,
און װעסט דיר אױסהאַקן פֿון דאָרטן ,אין לאַנד פֿון דעם פּ ִרזי און די
רפֿאים ,אױב דיר איז ענג דאָס געבערג פֿון אפֿרים 16 .האָבן די
קינדער פֿון יוֹסף געזאָגט :אונדז װעט ניט קלעקן דאָס געבערג; און
א ַײזערנע ר ַײטװעגן ז ַײנען דאָ ב ַײ אַלע כַּנ ֲענים װאָס זיצן אין לאַנד
פֿון טאָל ,ב ַײ די װאָס אין ביתְ -שאָן און אירע טעכטערשטעט ,און ב ַײ
די װאָס אין טאָל ִיז ְר ֶעאל 17 .האָט יהוֹשו ַע געזאָגט צום הױז פֿון
יוֹסף ,צו אפֿרים און צו מנשה ,אַזױ צו זאָגן :פֿיל פֿאָלק ביסטו און
גרױס כּוח האָסטו; װעסט האָבן ניט אײן גוֹרל 18 ,נ ַײערט דאָס
געבערג װעט געהערן צו דיר; װי עס איז װאַלד ,װעסטו עס
אױסהאַקן ,און צו דיר װעט געהערן װאָס װעט אַרױסקומען דערפֿון;
װאָרום װעסט פֿאַרטר ַײבן דעם כַּנ ֲעני ,װי ער האָט א ַײזערנע
ר ַײטװעגן ,װי ער איז שטאַרק.
1און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט זיך
א ַײנגעזאַמלט אין שילוֹ ,און זײ האָבן דאָרטן אױפֿגעשטעלטיח
דעם אוֹהל-מוֹעד; און דאָס לאַנד איז געלעגן באַצװוּנגען פֿאַר זײ.
2אָבער עס ז ַײנען נאָך געבליבן צװישן די קינדער פֿון ישׂראל די װאָס
האָבן ניט געקריגן א ַײנגעטײלט זײער נחלה ,זיבן שבֿטים 3 .האָט
יהוֹשו ַע געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל :ביז װאַנען װעט איר זיך
פֿױלן צו גײן אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה דער גאָט פֿון א ַײערע
עלטערן האָט א ַײך געגעבן? 4קריגט א ַײך דר ַײ מאַן פֿון אַ שבֿט ,און
איך װעל זײ שיקן ,און זײ זאָלן אױפֿשטײן און אַרומגײן אין לאַנד,
און זײ זאָלן עס פֿאַרשר ַײבן לױט זײער נחלה ,און קומען צו מיר.
5און זײ זאָלן זיך עס צעטײלן אין זיבן חלקים :יהודה זאָל בל ַײבן ב ַײ
ז ַײן געמאַרק אין ָדרום ,און דאָס הױז פֿון יוֹסף זאָלן בל ַײבן ב ַײ זײער
געמאַרק אין צפֿון 6 .און איר זאָלט פֿאַרשר ַײבן דאָס לאַנד אין זיבן
חלקים ,און ברענגען צו מיר אַהער ,און איך װעל א ַײך װאַרפֿן גוֹרל
דאָ פֿאַר יהוה אונדזער גאָט 7 .װאָרום די ל ִוִיים האָבן ניט קײן חלק
צװישן א ַײך ,װ ַײל די כּהונה פֿון גאָט איז זײער נחלה; און ָגד ,און
ראובֿן ,און דער האַלבער שבֿט מנשה ,האָבן געקריגן זײער נחלה פֿון
יענער ז ַײט ַירדן צו מזרח ,װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט זײ
געגעבן.