Page 43 - Yehoshue
P. 43
יהושוע
געװען די נחלה פֿון די קינדער פֿון שמעון ,װאָרום דער חלק פֿון די
קינדער פֿון יהודה איז געװען צו גרױס פֿאַר זײ ,און די קינדער פֿון
שמעון האָבן געקריגן אַ נחלה אין מיטן פֿון זײער נחלה.
10און דער דריטער גוֹרל איז אַרױפֿגעקועמן פֿאַר די קינדער פֿון
זבֿולון לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער נחלה איז
געװען ביז ָשׂריד 11 .און זײער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו מערבֿ
און ַמר ֵע ָלה ,און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן ַדב ֶשת ,און זיך
אָנגעשטױסן אָן דעם ט ַײך װאָס פֿאַר ָיק ְנ ָעם 12 .און ער האָט זיך
אומגעקערט פֿון ָשׂריד צו מזרח ,קעגן זונאױפֿגאַנג ,ביז דעם געמאַרק
פֿון ִכּסלוֹתָ -תּבֿוֹר ,און איז אַרױסגעגאַנגען צו ָדבֿ ַרת ,און
אַרױפֿגעגאַנגען קײן ָיפֿי ַע 13 .און פֿון דאָרטן איז ער אַריבער קײן
מזרח ,צו זונאױפֿגאַנג ,צו ַגתֵ -חפֿר ,צו ֵעתָ -קצין ,און איז
אַרױסגעגאַנגען ב ַײ ִרמוֹן-מתוֹאָר קײן ַנ ָעה 14 .און דער געמאַרק האָט
זיך אױסגעדרײט אַרום דעם צו צפֿון פֿון ַחָנתוֹן; און ז ַײן אױסלאָז איז
געװען דער טאָל ִיפֿ ַתּחֵ -אל; 15און ַק ָטת ,און ַנה ָלל ,און ִשמרוֹן ,און
ִידאַ ָלה ,און ביתֶ -ל ֶחם .צװעלף שטעט מיט זײערע דערפֿער.
16דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות,
די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.
17פֿאַר ִישׂ ָשׂ ָכר איז אַרױסגעקומען דער פֿירטער גוֹרל; פֿאַר די
קינדער פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר לױט זײערע משפּחות 18 .און זײער געמאַרק איז
געװען ִיז ְר ֶעאל ,און כּסולוֹת ,און שוֵנם; 19און ַחפֿ ַר ִים ,און ֵשאוֹן ,און
אַָנח ַרת; 20און ַרבית ,און ִקשיוֹן ,און ֶאבֿץ; 21און ֶר ֶמת ,און ֵעין-
ַגנים ,און ֵעיןַ -ח ָדה ,און בית-פּ ֵצץ 22 ,און דער געמאַרק האָט זיך
אָנגעשטױסן אָן ָתּבֿוֹר ,און ַשחצי ָמה ,און ביתֶ -ש ֶמש; און דער
אױסלאָז פֿון זײער געמאַרק איז געװען דער ַירדן .זעכצן שטעט מיט
זײערע דערפֿער.
23דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר לױט
זײערע משפּחות ,די שטעט מיט זײערע דערפֿער.
24און דער פֿינפֿטער גוֹרל איז אַרױסגעקועמן פֿאַר דעם שבֿט פֿון די
קינדער פֿון אָשר לױט זײערע משפּחות 25 .און זײער געמאַרק איז
געװעןֶ :חל ַקת ,און ַחלי ,און ב ֶטן ,און אַכ ָשף; 26און אַ ַל ֶמ ֶלך ,און
ַעמ ָעד ,און ִמ ְשאָל; און ער האָט זיך אָנגעשטױסן אָן ַכּר ֶמל אין מערבֿ,