Page 41 - Yehoshue
P. 41
יהושוע
8ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען די מענער און זײ ז ַײנען געגאַנגען; און
יהוֹשו ַע האָט באַפֿױלן די װאָס ז ַײנען געגאַנגען פֿאַרשר ַײבן דאָס
לאַנד ,אַזױ צו זאָגן :גײט ,און װאַנדערט אַרום אין לאַנד ,און
פֿאַרשר ַײבט עס ,און קערט זיך אום צו מיר ,און איך װעל א ַײך דאָ
װאַרפֿן גוֹרל פֿאַר גאָט אין שילוֹ 9 .און די מענער ז ַײנען געגאַנגען,
און האָבן דורכגעצױגן דורכן לאַנד ,און האָבן עס פֿאַרשריבן לױט די
שטעט ,אין זיבן חלקים ,אין אַ בוך ,און זײ ז ַײנען געקומען צו
יהוֹשוען אין לאַגער קײן שילוֹ 10 .און יהוֹשו ַע האָט זײ געװאָרפֿן
גוֹרל אין שילוֹ פֿאַר גאָט ,און יהוֹשו ַע האָט דאָרטן צעטײלט דאָס
לאַנד צו די קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע א ַײנטײלונגען.
11איז אַרױפֿגעקומען דער גוֹרל פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון
בנימין לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער גוֹרל איז
אױסגעקומען צװישן די קינדער פֿון יהודה און צװישן די קינדער פֿון
יוֹסף 12 .און דער געמאַרק צו צפֿון-ז ַײט איז זײ געװען פֿון ַירדן; און
דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צום רוקן פֿון יריחו אין צפֿון ,און
איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צו מערבֿ; און ז ַײן אױסלאָז איז
געװען ב ַײם מדבר פֿון בית-אֶָון 13 .און דער געמאַרק איז אַריבער פֿון
דאָרטן צו לוז ,צום רוקן פֿון לוז – דאָס איז ביתֵ -אל – צו ָדרום; און
דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צו ַעטרוֹת-אַ ָדר ב ַײם באַרג װאָס
צו ָדרום פֿון דער אונטערשטער בית-חוֹרוֹן 14 .און דער געמאַרק
האָט זיך געצױגן ,און זיך אױסגעדרײט צו מערבֿ-ז ַײט ,צו ָדרום פֿון
דעם באַרג װאָס פֿאַר בית-חוֹרוֹן צו ָדרום; און ז ַײן אױסלאָז איז
געװען ב ַײ ִקרַית-ב ַעל – דאָס איז ִקרַית-י ָערים – אַ שטאָט פֿון די
קינדער פֿון יהודה .דאָס איז די מערבֿ-ז ַײט 15 .און די ָדרום-ז ַײט איז
געװען פֿון עק ִקרַית-י ָערים; און דער געמאַרק איז אַרױסגעגאַנגען צו
מערבֿ ,און איז אַרױסגעקומען ב ַײם קװאַל פֿון די װאַסערן פֿון
ֶנפֿתּוֹ ַח 16 .און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צום עק באַרג
װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון בןִ -הנוֹם ,װאָס אין טאָל רפֿאים צו צפֿון; און
ער האָט אַראָפּגענידערט צו דעם טאָל פֿון ִהנוֹם ,צום רוקן פֿון דעם
יבֿוסי צו ָדרום ,און איז אַראָפּגעגאַנגען קײן ֵעין-רוֵֹגל 17 .און ער
האָט זיך געצױגן פֿון צפֿון ,און איז אַרױסגעקומען ב ַײ ֵעיןֶ -ש ֶמש ,און
איז אַרױס צו גלילוֹת װאָס אַקעגן דעם אַרױפֿגאַנג פֿון אַדוֹמים ,און
האָט אַראָפּגענידערט צו דעם שטײן פֿון בוֹ ַהן דעם זון פֿון ראובֿן.
18און ער איז אַריבער צום רוקן אַקעגן דעם פּלױן צו צפֿון ,און
האָט אַראָפּגענידערט צום פּלױן 19 .און דער געמאַרק איז אַריבער