Page 45 - Yehoshue
P. 45
יהושוע
47און דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון ָדן איז אױסגעקומען צו
װינציק פֿאַר זײ; ז ַײנען די קינדער פֿון ָדן אַרױפֿגעגאַנגען און האָבן
מלחמה געהאַלטן מיט ֶל ֶשם ,און האָבן זי באַצװוּנגען ,און זי
געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד ,און זי געאַרבט ,און זיך באַזעצט
אין איר; און זײ האָבן גערופֿן ֶל ֶשםָ ,דן ,אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײער
פֿאָטער ָדן.
48דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ָדן לױט
זײערע משפּחות ,די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.
49און אַז זײ האָבן געענדיקט מאַכן אַרבן דאָס לאַנד לױט אירע
געמאַרקן ,האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געגעבן אַ נחלה צו יהוֹשו ַע
דעם זון פֿון נון ,צװישן זײ 50 .לױט דעם מױל פֿון גאָט האָבן זײ אים
געגעבן די שטאָט װאָס ער האָט פֿאַרלאַנגטִ ,תּמַנתֶ -ס ַרח אין דעם
געבערג פֿון אפֿרים; און ער האָט באַבױט די שטאָט ,און זיך באַזעצט
אין איר.
51דאָס ז ַײנען די נחלות װאָס ֶאל ָעָזר דער כֹּהן ,און יהוֹשו ַע דער זון
פֿון נון ,און די הױפּטל ַײט פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון די שבֿטים פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל ,האָבן געמאַכט אַרבן לױט גוֹרל אין שילוֹ פֿאַר
גאָט ,ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד .אַזױ האָבן זײ געענדיקט
צעטײלן דאָס לאַנד.
1און גאָט האָט גערעדט צו יהוֹשוען ,אַזױ צו זאָגן :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן 2 :מאַכט א ַײך די שטעט פֿוןכ
אַנטרינונג װאָס איך האָב א ַײך אָנגעזאָגט דורך משהן 3 ,אױף צו
אַנטלױפֿן אַהין ,פֿאַר דעם טױטשלעגער װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש
דורך אַ פֿאַרזע ,אָן אַ כּיװן; און זײ זאָלן א ַײך ז ַײן פֿאַר אַנטרינונג פֿון
דעם בלוטמאָנער 4 .און ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע
שטעט ,און זיך שטעלן אין א ַײנגאַנג פֿון שטאָטטױער ,און רעדן אין
די אױערן פֿון די עלטסטע פֿון יענער שטאָט ז ַײנע װערטער ,און זײ
זאָלן אים אַר ַײננעמען צו זיך אין דער שטאָט ,און אים געבן אַן אָרט,
און ער זאָל זיצן ב ַײ זײ 5 .און אַז דער בלוטמאָנער װעט אים
נאָכיאָגן ,זאָלן זײ ניט איבערענטפֿערן דעם טױטשלעגער אין ז ַײן
האַנט ,װאָרום אָן אַ כּיװן האָט ער דערשלאָגן ז ַײן חבֿר ,און ער איז