Page 50 - Yehoshue
P. 50

‫יהושוע‬

‫‪ 1‬דענצמאָל האָט יהוֹשו ַע גערופֿן די ראובֿנים‪ ,‬און די ָגדים‪,‬‬

‫און דעם האַלבן שבֿט מנשה‪ 2 .‬און ער האָט צו זײ געזאָגט‪:‬כב‬

‫איר האָט געהיט אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט א ַײך‬
‫באַפֿױלן‪ ,‬און איר האָט צוגעהערט צו מ ַײן ָקול‪ ,‬אין אַלץ װאָס איך‬
‫האָב א ַײך באַפֿױלן‪ 3 .‬איר האָט ניט פֿאַרלאָזט א ַײערע ברידער די‬
‫דאָזיקע פֿיל טעג ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬און איר האָט געהיט די‬
‫היטונג פֿון דעם געבאָט פֿון יהוה א ַײער גאָט‪ 4 .‬און אַצונד האָט יהוה‬
‫א ַײער גאָט באַרוט א ַײערע ברידער‪ ,‬אַזױ װי ער האָט זײ צוגעזאָגט;‬
‫דרום קערט א ַײך אום אַצונד‪ ,‬און גײט א ַײך צו א ַײערע געצעלטן‪,‬‬
‫צום לאַנד פֿון א ַײער אײגנטום װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט‬
‫א ַײך געגעבן אױף יענער ז ַײט ַירדן‪ 5 .‬אָבער היט זײער צו טאָן דאָס‬
‫געבאָט‪ ,‬און די תּוֹרה‪ ,‬װאָס משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט א ַײך‬
‫געבאָטן‪ ,‬ליב צו האָבן יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬און צו גײן אין אַלע ז ַײנע‬
‫װעגן‪ ,‬און צו היטן ז ַײנע געבאָט‪ ,‬און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים‪ ,‬און‬
 ‫אים צו דינען מיט א ַײער גאַנצן האַרצן‪ ,‬און מיט א ַײער גאַנצער זעל‪.‬‬

‫‪ 6‬און יהוֹשו ַע האָט זײ געבענטשט‪ ,‬און האָט זײ אַװעקגעשיקט‪ ,‬און‬
                        ‫זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען צו זײערע געצעלטן‪.‬‬

‫‪ 7‬און צו אַ האַלבן שבֿט מנשה האָט משה געגעבן אין ב ָשן; נאָר צום‬
‫אַנדער האַלבן האָט יהוֹשו ַע געגעבן מיט זײערע ברידער אױף דער‬
‫ז ַײט ַירדן צו מערבֿ‪ .‬און אַז יהוֹשו ַע האָט זײ אַװעקגעשיקט צו זײערע‬
‫געצעלטן‪ ,‬האָט ער זײ אױך געבענטשט‪ 8 ,‬און ער האָט צו זײ‬
‫געזאָגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מיט פֿיל גוטס קערט א ַײך אום צו א ַײערע‬
‫געצעלטן‪ ,‬און מיט זײער פֿיל פֿי‪ ,‬מיט זילבער‪ ,‬און מיט גאָלד‪ ,‬און‬
‫מיט קופּער‪ ,‬און מיט א ַײזן‪ ,‬און מיט קלײדער זײער פֿיל; צעטײלט‬

                     ‫דעם רױב פֿון א ַײערע פֿ ַײנט מיט א ַײערע ברידער‪.‬‬

‫‪ 9‬האָבן די קינדער פֿון ראובֿן‪ ,‬און די קינדער פֿון ָגד‪ ,‬און דער‬
‫האַלבער שבֿט מנשה‪ ,‬זיך אומגעקערט‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען‬
‫פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬פֿון שילוֹ װאָס אין לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬צו גײן קײן‬
‫לאַנד ִגל ָעד‪ ,‬צום לאַנד פֿון זײער אײגנטום‪ ,‬װאָס זײ האָבן זיך דערין‬
‫באַזעצט לױט דעם מױל פֿון גאָט דורך משהן‪ 10 .‬און אַז זײ ז ַײנען‬
‫געקומען צו די געגנטן פֿון ַירדן װאָס אין לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬האָבן די‬
‫קינדער פֿון ראובֿן‪ ,‬און די קינדער פֿון ָגד‪ ,‬און דער האַלבער שבֿט‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55