Page 54 - Yehoshue
P. 54
יהושוע
בוך פֿון תּורת-משה ,זיך ניט אָפּצוקערן דערפֿון רעכטס אָדער לינקס,
7ניט צו קומען צװישן די דאָזיקע פֿעלקער ,די דאָזיקע װאָס ז ַײנען
געבליבן ב ַײ א ַײך .און דעם נאָמען פֿון זײערע געטער זאָלט איר ניט
דערמאָנען ,און ניט לאָזן שװערן ב ַײ זײ און זײ ניט דינען ,און זיך ניט
בוקן צו זײ 8 .נאָר בלױז אָן יהוה א ַײער גאָט זאָלט איר א ַײך
באַהעפֿטן ,אַזױ װי איר האָט געטאָן ביז ה ַײנטיקן טאָג 9 ,װאָס
דערפֿאַר האָט יהוה פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר א ַײך גרױסע און מאַכטיקע
פֿעלקער; און איר -קײנער איז ניט באַשטאַנען פֿאַר א ַײך ביז
ה ַײנטיקן טאָג 10 .אײן מאַן פֿון א ַײך האָט געיאָגט טױזנט; װאָרום
יהוה א ַײער גאָט איז דער װאָס האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר א ַײך,
אַזױ װי ער האָט א ַײך צוגעזאָגט 11 .דרום זאָלט איר זײער היטן
א ַײער זעל ,ליב צו האָבן יהוה א ַײער גאָט 12 .װאָרום אױב אָפּקערן
װעט איר א ַײך אָפּקערן ,און איר װעט א ַײך באַהעפֿטן אָן דעם רעשט
פֿון די דאָזיקע פֿעלקער ,די דאָזיקע װאָס ז ַײנען געבליבן ב ַײ א ַײך ,און
איר װעט זיך מתחתּן ז ַײן מיט זײ ,און איר װעט קומען צװישן זײ,
און זײ צװישן א ַײך 13 ,װיסן זאָלט איר װיסן ז ַײן ,אַז יהוה א ַײער גאָט
װעט מער ניט פֿאַרטר ַײבן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר א ַײך ,און זײ
װעלן א ַײך ז ַײן פֿאַר אַ נעץ און פֿאַר אַ שטרױכלונג ,און פֿאַר אַ רוט
אין א ַײערע ז ַײטן ,און פֿאַר שטעכערס אין א ַײערע אױגן ,ביז איר
װעט אונטערגײן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס יהוה א ַײער גאָט
האָט א ַײך געגעבן 14 .און אָט גײ איך די טעג אױף דעם װעג פֿון דער
גאַנצער ערד; דרום זאָלט איר װיסן מיט א ַײער גאַנצן האַרצן ,און
מיט א ַײער גאַנצער זעל ,אַז ניט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון
די אַלע גוטע צוזאָגן װאָס יהוה א ַײער גאָט האָט צוגעזאָגט װעגן
א ַײך; אַלע ז ַײנען א ַײך אָנגעקומען; ניט אַן אײנציק װאָרט דערפֿון איז
אָפּגעפֿאַלן 15 .און עס װעט ז ַײן ,אַזױ װי א ַײך איז אָנגעקומען אַלדער
גוטער צוזאָג װאָס יהוה א ַײער גאָט האָט א ַײך צוגעזאָגט ,אַזױ װעט
יהוה ברענגען אױף א ַײך אַלדעם שלעכטן אָנזאָג ,ביז ער װעט א ַײך
פֿאַרטיליקן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס יהוה א ַײער גאָט האָט
א ַײך געגעבן 16 .אַז איר װעט איבערטרעטן דעם בונד פֿון יהוה
א ַײער גאָט ,װאָס ער האָט א ַײך באַפֿױלן ,און איר װעט גײן און דינען
פֿרעמדע געטער ,און זיך בוקן צו זײ ,װעט גרימען דער צאָרן פֿון
יהוה אױף א ַײך ,און איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד
װאָס ער האָט א ַײך געגעבן.