Page 51 - Yehoshue
P. 51

‫יהושוע‬

‫מנשה‪ ,‬דאָרטן געבױט אַ מזבח ב ַײם ַירדן‪ ,‬אַ גרױסן מזבח אױף‬
                                                              ‫אָנצוקוקן‪.‬‬

‫‪ 11‬האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געהערט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זעט‪ ,‬די‬
‫קינדער פֿון ראובֿן‪ ,‬און די קינדער פֿון ָגד‪ ,‬און דער האַלבער שבֿט‬
‫מנשה‪ ,‬האָבן געבױט אַ מזבח אַנטקעגן לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬אין די געגנטן פֿון‬
‫ַירדן‪ ,‬צו דער ז ַײט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ 12 .‬און װי די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל האָבן דערהערט‪ ,‬אַזױ האָט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל זיך א ַײנגעזאַמלט קײן שילוֹ אַרױפֿצוגײן אַקעגן זײ אױף‬
‫מלחמה‪ 13 .‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשיקט צו די קינדער‬
‫פֿון ראובֿן‪ ,‬און צו די קינדער פֿון ָגד‪ ,‬און צום האַלבן שבֿט מנשה‪,‬‬
‫קײן לאַנד ִגל ָעד‪ ,‬פּינחס דעם זון פֿון ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן‪ 14 ,‬און מיט‬
‫אים צען פֿירשטן‪ ,‬צו אײן פֿירשט‪ ,‬צו אײן פֿירשט פֿון אַ פֿאָטערהױז‬
‫פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל; און זײ ז ַײנען איטלעכער געװען דער‬
‫הױפּט פֿון זײער פֿאָטערהױז ב ַײ די טױזנטן פֿון ישׂראל‪ 15 .‬און זײ‬
‫ז ַײנען געקומען צו די קינדער פֿון ראובֿן‪ ,‬און צו די קינדער פֿון ָגד‪,‬‬
‫און צום האַלבן שבֿט מנשה‪ ,‬קײן לאַנד ִגל ָעד‪ ,‬און זײ האָבן מיט זײ‬
‫גערעדט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 16 :‬אַזױ האָט געזאָגט די גאַנצע עדה פֿון‬
‫יהוה‪ :‬װאָס איז די דאָזיקע פֿעלשונג װאָס איר האָט געפֿעלשט אָן‬
‫דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬זיך אָפּצוקערן ה ַײנט פֿון הינטער יהוה‪ ,‬מיט‬
‫א ַײער בױען פֿאַר זיך אַ מזבח‪ ,‬כּדי איר זאָלט ה ַײנט װידערשפּעניקן‬
‫אָן יהוה? ‪ 17‬איז אונדז װינציק די זינד פֿון פּעוֹר‪ ,‬װאָס מיר האָבן זיך‬
‫נאָך פֿון איר ניט גערײניקט ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬און װאָס איבער‬
‫איר איז געװען אַ מגפֿה אױף דער עדה פֿון יהוה‪ 18 ,‬אַז איר קערט‬
‫א ַײך ה ַײנט אָפּ פֿון הינטער יהוה? און עס װעט ז ַײן‪ :‬איר װעט‬
‫װידערשפּעניקן ה ַײנט אָן יהוה‪ ,‬און מאָרגן װעט ער צערענען אױף‬
‫דער גאַנצער עדה פֿון ישׂראל‪ 19 .‬אױב װידער דאָס לאַנד פֿון א ַײער‬
‫אײגנטום איז אומרײן‪ ,‬קומט א ַײך אַריבער אין דעם לאַנד פֿון יהוהס‬
‫אײגנטום‪ ,‬װאָס דאָרטן רוט דער ִמשכּן פֿון יהוה‪ ,‬און באַזעצט א ַײך‬
‫צװישן אונדז‪ ,‬נאָר אָן יהוה זאָלט איר ניט װידערשפּעניקן‪ ,‬און אונדז‬
‫זאָלט איר ניט װידערשפּעניקן‪ ,‬מיט א ַײער בױען פֿאַר זיך אַ מזבח‪,‬‬
‫אַחוץ דעם מזבח פֿון יהוה אונדזער גאָט‪ 20 .‬האָט ניט ָע ָכן דער זון‬
‫פֿון ֶז ַרחן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג מיט דעם חרם‪ ,‬און אױף דער‬
‫גאַנצער עדה פֿון ישׂראל איז געװען דער צאָרן? און ניט יענער מאַן‬

                                 ‫אַלײן איז אומגעקומען פֿאַר ז ַײן זינד‪.‬‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56