Page 2 - Bamidber
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

              ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

        ‫ב ִמ ְדבר‬

                ‫ב ִמ ְדבר‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סיַני‪ ,‬אין אוֹהל‪-‬‬

‫מוֹעד‪ ,‬אין ערשטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש‪ ,‬אין צװײטן יאָר נאָךא‬
                       ‫זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 2‬נעמט אױף דעם מספּר פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל לױט זײערע משפּחות‪ ,‬לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬נאָך דער‬
‫צאָל פֿון נעמען‪ ,‬יעטװעדער מאַנספּאַרשױן‪ ,‬לױט זײערע קעפּ‪ 3 .‬פֿון‬
‫צװאַנציק יאָר אַלט און העכער‪ ,‬איטלעכן אין ישׂראל װאָס גײט‬
‫אַרױס אין חיל‪ ,‬זאָלט איר זײ צײלן לױט זײערע מחנות‪ ,‬דו און אַהרן‪.‬‬
‫‪ 4‬און מיט א ַײך זאָלן ז ַײן צו מאַן‪ ,‬צו מאַן פֿון אַ שבֿט‪ ,‬אַ מאַן װאָס‬
‫איז דער הױפּט פֿון ז ַײן פֿאָטערהױז‪ 5 .‬און דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון‬
‫די מענער װאָס זאָלן שטײן מיט א ַײך‪ :‬פֿון ראובֿן‪ֶ ,‬אליצור דער זון פֿון‬
‫ש ֵדיאורן‪ 6 .‬פֿון שמעון‪ ,‬שלומי ֵאל דער זון פֿון צורי ַש ָדין‪ 7 .‬פֿון יהודה‪,‬‬
‫ַנחשוֹן דער זון פֿון ַעמיָנ ָדבֿן‪ 8 .‬פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר‪ ,‬נ ַתנ ֵאל דער זון פֿון צוֹ ַערן‪.‬‬
‫‪ 9‬פֿון זבֿולון‪ֶ ,‬אליאָבֿ דער זון פֿון חלוֹנען‪ 10 .‬פֿון די קינדער פֿון יוֹסף‪:‬‬
‫פֿון אפֿרים‪ֶ ,‬אלי ָש ָמע דער זון פֿון ַעמיהודן; פֿון מנשה‪ַ ,‬גמלי ֵאל דער‬
‫זון פֿון פּ ָדהצורן‪ 11 .‬פֿון בנימין‪ ,‬אַבֿי ָדן דער זון פֿון ִגדעוֹנין‪ 12 .‬פֿון ָדן‪,‬‬
‫אַחיעזר דער זון פֿון ַעמי ַש ָדין‪ 13 .‬פֿון אָשר‪ ,‬פּג ִעי ֵאל דער זון פֿון‬
‫ָעכ ַרנען‪ 14 .‬פֿון ָגד‪ֶ ,‬אלָי ָסף דער זון פֿון ְדעו ֵאלן‪ 15 .‬פֿון נפֿ ָתּלי‪ ,‬אַחי ַרע‬

                                                    ‫דער זון פֿון ֵעיָננען‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7