Page 5 - Bamidber
P. 5

‫במדבר‬

‫יאָר אַלט און העכער‪ ,‬איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – ‪41‬‬
‫זײערע געצײלטע‪ ,‬פֿון שבֿט אָשר‪ ,‬אײן און פֿערציק טױזנט און פֿינף‬

                                                              ‫הונדערט‪.‬‬

‫‪ 42‬די קינדער פֿון נפֿ ָתּלי‪ ,‬זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות‪ ,‬לױט‬
‫זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬נאָך דער צאָל פֿון נעמען‪ ,‬פֿון צװאַנציק יאָר‬
‫אַלט און העכער‪ ,‬איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – ‪ 43‬זײערע‬
‫געצײלטע‪ ,‬פֿון שבֿט נפֿ ָתּלי‪ ,‬דר ַײ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר‬

                                                              ‫הונדערט‪.‬‬

‫‪ 44‬דאָס ז ַײנען די געצײלטע װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט‪ ,‬און‬
‫די פֿירשטן פֿון ישׂראל; צװעלף מאַן‪ ,‬צו אײן מאַן פֿון ז ַײן פֿאָטערהױז‬
‫ז ַײנען זײ געװען‪ 45 .‬און אַלע געצײלטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‬
‫לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער‪,‬‬
‫איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – אין ישׂראל‪ ,‬ז ַײנען געװען ‪46‬‬
‫אַלע געצײלטע ז ַײנען געװען זעקס מאָל הונדערט טױזנט און דר ַײ‬
‫טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק‪ 47 .‬אָבער די ל ִוִיים לױט זײער‬

                 ‫פֿאָטערשטאַם ז ַײנען ניט געצײלט געװאָרן צװישן זײ‪.‬‬

‫‪ 48‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 49 :‬דעם שבֿט ֵל ִוי‬
‫אָבער זאָלסטו ניט צײלן‪ ,‬און זײער צאָל זאָלסטו ניט אױפֿנעמען‬
‫צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ 50 .‬נאָר דו שטעל די ל ִו ִיים איבער דעם‬
‫ִמשכּן פֿון געזעץ‪ ,‬און איבער אַלע ז ַײנע כּלים‪ ,‬און איבער אַלץ װאָס‬
‫געהערט צו אים; זײ זאָלן טראָגן דעם ִמשכּן‪ ,‬און אַלע ז ַײנע כּלים‪,‬‬
‫און זײ זאָלן אים באַדינען; און רונד אַרום דעם ִמשכּן זאָלן זײ‬
‫לאַגערן‪ 51 .‬און ב ַײם צִיען פֿון ִמשכּן זאָלן אים די ל ִו ִיים אַראָפּנעמען‪,‬‬
‫און ב ַײם רוען פֿון ִמשכּן זאָלן אים די ל ִו ִיים אױפֿשטעלן‪ ,‬און דער‬
‫פֿרעמדער װאָס גענענט זאָל געטײט װערן‪ 52 .‬און די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל זאָלן לאַגערן איטלעכער אין ז ַײן לאַגער‪ ,‬און איטלעכער ב ַײ‬
‫ז ַײן פֿאָן‪ ,‬לױט זײערע מחנות‪ 53 .‬און די ל ִו ִיים זאָלן לאַגערן רונד‬
‫אַרום דעם ִמשכּן פֿון געזעץ‪ ,‬כּדי עס זאָל ניט ז ַײן אַ צאָרן אױף דער‬
‫עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ .‬און די ל ִוִיים זאָלן היטן די היטונג‬

                                             ‫פֿון דעם ִמשכּן פֿון געזעץ‪.‬‬

‫‪ 54‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס‬
                      ‫גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪ ,‬אַזױ האָבן זײ געטאָן‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10