Page 9 - Bamidber
P. 9

‫במדבר‬

    ‫‪ 14‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סיַני‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 15‬צײל די קינדער פֿון ֵל ִוי לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬לױט זײערע‬
‫משפּחות; איטלעכן מאַנספּאַרשױן פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער‬

                                                      ‫זאָלסטו זײ צײלן‪.‬‬

‫‪ 16‬און משה האָט זײ געצײלט לױט דעם מױל פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ װי ער‬
‫איז באַפֿױלן געװאָרן‪ 17 .‬און דאָס ז ַײנען געװען די זין פֿון ֵל ִוין מיט‬
‫זײערע נעמען‪ֵ :‬גרשוֹן‪ ,‬און ק ָהת‪ ,‬און מ ָררי‪ 18 .‬און דאָס ז ַײנען די‬
‫נעמען פֿון די זין פֿון ֵגרשוֹנען לױט זײערע משפּחות‪ִ :‬לבֿני‪ ,‬און ִשמ ִעי‪.‬‬
‫‪ 19‬און די זין פֿון ק ָהתן לױט זײערע משפּחות‪ַ :‬עמ ָרם‪ ,‬און יצ ָהר‪,‬‬
‫ֶחבֿרוֹן‪ ,‬און עוזי ֵאל‪ 20 .‬און די זין פֿון מ ָררין לױט זײערע משפּחות‪:‬‬
‫ַמחלי‪ ,‬און מו ֵשי‪ .‬דאָס ז ַײנען די משפּחות פֿון ֵל ִוי לױט זײערע‬

                                                         ‫פֿאָטערה ַײזער‪.‬‬

‫‪ 21‬פֿון ֵגרשוֹנען די משפּחה פֿון די ִלבֿנים‪ ,‬און די משפּחה פֿון די‬
‫ִשמ ִעים; דאָס ז ַײנען די משפּחות פֿון די ֵגרשונים‪ 22 .‬זײערע‬
‫געצײלטע לױט דער צאָל פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט‬
‫און העכער – זײערע געצײלטע ז ַײנען געװען זיבן טױזנט און פֿינף‬
‫הונדערט‪ 23 .‬די משפּחות פֿון די ֵגרשונים האָבן געלאַגערט הינטער‬
‫דעם ִמשכּן צו מערבֿ‪ 24 .‬און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די‬
‫ֵגרשונים איז געװען ֶאלָי ָסף דער זון פֿון ָל ֵאלן‪ 25 .‬און די היטונג פֿון‬
‫די קינדער פֿון ֵגרשוֹן ב ַײם אוֹהל‪-‬מוֹעד איז געװען דער ִמשכּן‪ ,‬און‬
‫דאָס געצעלט‪ ,‬ז ַײן צודעק‪ ,‬און דער טירפֿאָרהאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪26 ,‬‬
‫און די אַרומהאַנגען פֿון דעם הױף‪ ,‬און דער טירפֿאָרהאַנג פֿון דעם‬
‫הױף װאָס רונד אַרום דעם ִמשכּן און דעם מזבח‪ ,‬און ז ַײנע שטריק‪,‬‬

                                             ‫מיט אַלע ז ַײנע צובאַהער‪.‬‬

‫‪ 27‬און פֿון ק ָהתן די משפּחה פֿון די ַעמ ָרמים‪ ,‬און די משפּחה פֿון די‬
‫ִיצ ָהרים‪ ,‬און די משפּחה פֿון די חבֿרוֹנים‪ ,‬און די משפּחה פֿון די‬
‫עוזי ֵאלים; דאָס ז ַײנען די משפּחות פֿון די ק ָהתים‪ 28 :‬לױט דער צאָל‬
‫פֿון אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער‪ ,‬אַכט טױזנט‬
‫און זעקס הונדערט װאָס היטן די היטונג פֿון הײליקטום‪ 29 .‬די‬
‫משפּחות פֿון די קינדער פֿון ק ָהת האָבן געלאַגערט ב ַײן ז ַײט פֿון‬
‫ִמשכּן‪ ,‬צו ָדרום‪ 30 .‬און דער פֿירשט פֿון דעם פֿאָטערהױז פֿון די‬
‫משפּחות פֿון די ק ָהתים איז געװען ֶאלי ָצפֿן דער זון פֿון עוזי ֵאלן‪.‬‬
   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14