Page 14 - Bamidber
P. 14
במדבר
שװעלן ,און זײערע פֿלעקלעך ,און זײערע שטריק – אַלע זײערע
זאַכן ,און אַלע זײערע צובאַהער .און מיט די נעמען זאָלט איר
אױסצײלן די זאַכן װאָס זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן 33 .דאָס איז
דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מ ָררי ,לױט אַל זײער
דינסט אין אוֹהל-מוֹעד ,אונטער דער האַנט פֿון אי ָת ָמר דעם זון פֿון
אַהרן דעם כֹּהן.
34און משה און אַהרן און די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן געצײלט די
קינדער פֿון די ק ָהתים לױט זײערע משפּחות ,און לױט זײערע
פֿאָטערה ַײזער 35 ,פֿון דר ַײסיק יאָר אַלט און העכער ,און ביז פֿופֿציק
יאָר אַלט ,איטלעכן װאָס איז אַר ַײן אין דינסט צו דער אַרבעט אין
אוֹהל-מוֹעד 36 .און זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות ,ז ַײנען
געװען צװײ טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק 37 .דאָס ז ַײנען די
געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די ק ָהתים ,אַלע װאָס האָבן געדינט
אין אוֹהל-מוֹעד ,די װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם
מױל פֿון גאָט דורך משהן.
38און די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון ֵגרשוֹן לױט זײערע משפּחות,
און לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער 39 ,פֿון דר ַײסיק יאָר אַלט און העכער,
און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט ,איטלעכער װאָס איז אַר ַײן אין דינסט צו
דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד 40 .זײערע געצײלטע לױט זײערע
משפּחות ,לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער ,ז ַײנען געװען צװײ טױזנט און
זעקס הונדערט און דר ַײסיק 41 .דאָס ז ַײנען די געצײלטע פֿון די
משפּחות פֿון די קינדער פֿון ֵגרשוֹן ,אַלע װאָס האָבן געדינט אין
אוֹהל-מוֹעד ,די װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל
פֿון גאָט.
42און די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מ ָררי לױט
זײערע משפּחות ,לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער 43 ,פֿון דר ַײסיק יאָר
אַלט און העכער ,און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט ,איטלעכער װאָס איז
אַר ַײן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד 44זײערע
געצײלטע לױט זײערע משפּחות ,ז ַײנען געװען דר ַײ טױזנט און צװײ
הונדערט 45 .דאָס ז ַײנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער
פֿון מ ָררי ,װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון
גאָט דורך משהן.