Page 17 - Bamidber
P. 17

‫במדבר‬

‫באַשװערן די פֿרױ מיט אַ שבֿועה פֿון אַ קללה‪ ,‬און דער כֹּהן זאָל זאָגן‬
‫צו דער פֿרױ – זאָל דיך גאָט מאַכן פֿאַר אַ קללה און פֿאַר אַ שבֿועה‬
‫צװישן ד ַײן פֿאָלק‪ ,‬אַז גאָט װעט מאַכן אַװעקפֿאַלן ד ַײן דיך‪ ,‬און‬
‫געשװעלן ד ַײן בױך; ‪ 22‬און דאָס דאָזיקע װאַסער װאָס מאַכט‬
‫פֿאַרשאָלטן זאָל אַר ַײן אין ד ַײנע אינגעװײד‪ ,‬צו מאַכן געשװעלן דעם‬
‫בױך‪ ,‬און מאַכן אַװעקפֿאַלן דעם דיך; און די פֿרױ זאָל זאָגן‪ :‬אָמן!‬
‫אָמן! ‪ 23‬און דער כֹּהן זאָל אױפֿשר ַײבן די דאָזיקע קללות אױף אַ‬
‫מגילה‪ ,‬און אָפּמעקן אין דעם װאַסער פֿון ביטערניש‪ 24 .‬און ער זאָל‬
‫געבן טרינקען דער פֿרױ דאָס װאַסער פֿון ביטערניש װאָס מאַכט‬
‫פֿאַרשאָלטן‪ ,‬און דאָס װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן װעט אַר ַײן‬
‫אין איר פֿאַר אַ ביטערניש‪ 25 .‬און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דער‬
‫פֿרױס האַנט דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט‪ ,‬און אױפֿהײבן דאָס‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער פֿאַר גאָט‪ ,‬און עס גענענען צום מזבח‪ 26 .‬און דער כֹּהן‬
‫זאָל אָננעמען אַ הױפֿן פֿון דעם שפּ ַײזאָפּפֿער – ז ַײן דערמאָנונג‪ ,‬און‬
‫דעמפֿן אױפֿן מזבח; און דערנאָך זאָל ער געבן טרינקען דער פֿרױ‬
‫דאָס װאַסער‪ 27 .‬און אַז ער װעט איר געבן טרינקען דאָס װאַסער‪,‬‬
‫איז‪ ,‬אױב זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן‪ ,‬און האָט געפֿעלשט אַ‬
‫פֿעלשונג אָן איר מאַן‪ ,‬װעט דאָס װאַסער װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן‪,‬‬
‫אַר ַײן אין איר פֿאַר אַ ביטערניש‪ ,‬און איר בױך װעט געשװאָלן װערן‪,‬‬
‫און איר דיך װעט אַװעקפֿאַלן; און די פֿרױ װעט װערן פֿאַר אַ קללה‬
‫צװישן איר פֿאָלק‪ 28 .‬אױב אָבער די פֿרױ איז ניט פֿאַראומרײניקט‬
‫געװאָרן‪ ,‬און זי איז רײן‪ ,‬װעט זי בל ַײבן אומגעשאַט‪ ,‬און װעט‬

                                                    ‫אַנטפֿאַנגען זאָמען‪.‬‬

‫‪ 29‬דאָס איז דער זין פֿון אײפֿערזוכט‪ :‬אַז אַ װ ַײב װעט אַראָפּגײן פֿון‬
‫װעג הינטער איר מאַן‪ ,‬און װעט פֿאַראומרײניקט װערן‪ 30,‬אָדער אַז‬
‫אַ ג ַײסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אַ מאַן‪ ,‬און ער װעט װערן‬
‫אײפֿערזיכטיק אױף ז ַײן װ ַײב‪ ,‬זאָל ער שטעלן די װ ַײב פֿאַר גאָט‪ ,‬און‬
‫דער כֹּהן זאָל טאָן צו איר דעם דאָזיקן דין‪ 31 .‬און דער מאַן װעט ז ַײן‬

                    ‫רײן פֿון זינד‪ ,‬און יענע פֿרױ װעט טראָגן איר זינד‪.‬‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22