Page 13 - Bamidber
P. 13
במדבר
זאָלן לעבן און ניט שטאַרבן ,װען זײ גענענען צו די הײליקסטע
הײליקײטן :אַהרן און ז ַײנע זין זאָלן אַר ַײנגײן ,און זײ שטעלן
יעטװעדער אײנעם אױף ז ַײן דינסט ,און ב ַײ ז ַײן משׂא 20 .און זײ
זאָלן ניט אַר ַײנגײן זען װי מע צענעמט דאָס הײליקטום ,און
שטאַרבן.
ָנשׂא
21און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 22 :נעם אױף די
צאָל אױך פֿון די קינדער פֿון ֵגרשוֹן לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער ,לױט
זײערע משפּחות 23 .פֿון דר ַײסיק יאָר אַלט און העכער ,ביז פֿופֿציק
יאָר אַלט ,זאָלסטו זײ צײלן ,איטלעכן װאָס קומט דינען אין דינסט,
צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד 24 .דאָס איז דער דינסט פֿון די
משפּחות פֿון די ֵגרשונים ב ַײם אַרבעטן און ב ַײם טראָגן 25 :זײ זאָלן
טראָגן די פֿאָרהאַנגען פֿון ִמשכּן ,און דעם אוֹהל-מוֹעד ,ז ַײן צודעק,
און דעם צודעק פֿון ַתּחש-פֿעל װאָס אױבֿן איבער אים ,און דעם
טירפֿאָרהאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד 26 :און די אַרומהאַנגען פֿון הױף ,און
דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון טױער פֿון דעם הױף װאָס רונד אַרום דעם
ִמשכּן און דעם מזבח ,און זײערע שטריק ,און אַלע זײערע
אַרבעטגעצ ַײג; און אַלץ װאָס דאַרף דערמיט געטאָן װערן
זאָלן זײ טאָן 27 .לױט דעם מױל פֿון אַהרֹנען און ז ַײנע זין זאָל געשען
דער גאַנצער דינסט פֿון די קינדער פֿון די ֵגרשונים ,אין אַל זײער
טראָגן ,און אין אַל זײער דינסט; און איר זאָלט איבערגעבן אין זײער
היטונג אַלץ װאָס זײ דאַרפֿן טראָגן 28 .דאָס איז דער דינסט פֿון די
משפּחות פֿון די קינדער פֿון די ֵגרשונים אין אוֹהל-מוֹעד; און זײער
היטוגן זאָל ז ַײן אונטער דער האַנט פֿון אי ָת ָמר דעם זון פֿון אַהרן
דעם כֹּהן.
29די קינדער פֿון מ ָררי ,זײ אױך זאָלסטו צײלן לױט זײערע משפּחות,
לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער 30 .פֿון דר ַײסיק יאָר אַלט און העכער ,און
ביז פֿופֿציק יאָר אַלט ,זאָלסטו זײ צײלן ,איטלעכן װאָס גײט אַר ַײן
אין דינסט צו טאָן די אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד 31 .און דאָס איז װאָס
זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן ,לױט זײער גאַנצן דינסט אין אוֹהל-
מוֹעד :די ברעטער פֿון ִמשכּן ,און ז ַײנע ריגלען ,און ז ַײנע ז ַײלן ,און
ז ַײנע שװעלן; 32און די ז ַײלן פֿון הױף רונד אַרום ,און זײערע