Page 16 - Bamidber
P. 16

‫במדבר‬

‫‪ 9‬און יעטװעדער אָפּשײדונג‪ ,‬פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס זײ װעלן ברענגען צום כֹּהן‪ ,‬זאָל געהערן צו‬
‫אים‪ 10 .‬און די געהײליקטע זאַכן פֿון איטלעכן זאָלן געהערן צו‬

        ‫אים‪ :‬װאָס עמיצער װעט געבן צום כֹּהן‪ ,‬זאָל געהערן צו אים‪.‬‬

‫‪ 11‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 12 :‬רעד צו די‬
                          ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסטו זאָגן צו זײ‪:‬‬

‫אַז עמיצן אײנעמס װ ַײב װעט אַראָפּ פֿון װעג‪ ,‬און װעט פֿעלשן אַ‬
‫פֿעלשונג אָן אים‪ 13 ,‬און אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ ב ַײשלאָף פֿון‬
‫זאָמען‪ ,‬און עס װעט ז ַײן פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון איר מאַן‪ ,‬װ ַײל זי‬
‫איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן פֿאַרבאָרגענערהײט‪ ,‬און קײן עדות‬
‫אַקעגן איר איז ניטאָ‪ ,‬און זי איז ניט געכאַפּט געװאָרן; ‪ 14‬און אַ‬
‫ג ַײסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אים‪ ,‬און ער װעט װערן‬
‫אײפֿערזיכטיק אױף ז ַײן װ ַײב‪ ,‬װען זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן;‬
‫אָדער אַ ג ַײסט פֿון אײפֿערזוכט װעט קומען אױף אים‪ ,‬און ער װעט‬
‫װערן אײפֿערזיכטיק אױף ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און זי איז ניט פֿאַראומרײניקט‬
‫געװאָרן; ‪ 15‬זאָל דער מאַן ברענגען ז ַײן װ ַײב צום כֹּהן‪ ,‬און ברענגען‬
‫איר קרבן מיט איר‪ ,‬אַ צענטל ֵאיפֿה גערשטענע מעל; ער זאָל ניט‬
‫אַרױפֿגיסן דערױף אײל‪ ,‬און ניט אַרױפֿטאָן דערױף װ ַײרױך‪ ,‬װאָרום אַ‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון אײפֿערזוכט איז דאָס‪ ,‬אַ שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון‬
‫דערמאָנונג‪ ,‬װאָס דערמאָנט אַ זינד‪ 16 .‬און דער כֹּהן זאָל זי מאַכן‬
‫גענענען‪ ,‬און זי אַװעקשטעלן פֿאַר גאָט‪ 17 .‬און דער כֹּהן זאָל נעמען‬
‫הײליקע װאַסער אין אַ לײמענער כּלי‪ ,‬און פֿון דעם שטױב פֿאָס איז‬
‫אױפֿן באָדעם פֿון ִמשכּן זאָל דער כֹּהן נעמען‪ ,‬און אַר ַײנטאָן אין דעם‬
‫װאַסער‪ 18 .‬און דער כֹּהן זאָל שטעלן די פֿרױ פֿאַר גאָט‪ ,‬און‬
‫צעשױבערן דעם קאָפּ פֿון דער פֿרױ‪ ,‬און געבן אױף אירע האַנטפֿלעכן‬
‫דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון דערמאָנונג‪ ,‬דאָס איז דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון‬
‫אײפֿערזוכט; און אין דעם כֹּהנס האַנט זאָל ז ַײן דאָס דאָזיקע װאַסער‬
‫פֿון ביטערניש װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן‪ 19 .‬און דער כֹּהן זאָל זי‬
‫באַשװערן‪ ,‬און זאָגן צו דער פֿרױ‪ :‬אױב קײן מאַן איז ניט געלעגן מיט‬
‫דיר‪ ,‬און אױב דו ביסט ניט אַראָפּ פֿון װעג אין אומרײנקײט הינטער‬
‫ד ַײן מאַן‪ ,‬בל ַײב אומגעשאַט פֿון דעם דאָזיקן װאַסער פֿון ביטערניש‬
‫װאָס מאַכט פֿאַרשאָלטן‪ 20 .‬אױב אָבער דו ביסט אַראָפּ פֿון װעג‬
‫הינטער ד ַײן מאַן‪ ,‬און אױב דו ביסט פֿאַראומרײניקט געװאָרן‪ ,‬און אַ‬
‫מאַן איז געלעגן מיט דיר אַחוץ ד ַײן מאַן – ‪ 21‬און דער כֹּהן זאָל‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21