Page 21 - Bamidber
P. 21
במדבר
18אױפֿן צװײטן טאָג האָט געבראַכט נ ַתנ ֵאל דער זון פֿון צוֹ ַערן ,דער
פֿירשט פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר 19 .ער האָט געבראַכט פֿאַר ז ַײן קרבן אײן
זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק
ֶשקל ,אײן זילבערנעם שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל ,אױפֿן הײליקן
ֶשקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל ,פֿאַר אַ
שפּ ַײזאָפּפֿער; 20אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל ,פֿול מיט װ ַײרױך;
21אײן יונגן אָקס ,אײן װידער ,אײן שעפּס אַ יאָריקן ,פֿאַר אַ
בראַנדאָפּפֿער; 22אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 23און פֿאַר אַ
פֿרידאָפּפֿער ,צװײ רינדער ,פֿינף װידערס ,פֿינף בעק ,פֿינף שעפּסן
יאָריקע .דאָס איז דער קרבן פֿון נ ַתנ ֵאל דעם זון פֿון צוֹ ַערן.
24אױפֿן דריטן טאָג ,דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולוןֶ ,אליאָבֿ
דער זון פֿון חלוֹנען 25 .ז ַײן קרבן איז געװען :אײן זילבערנע שיסל
װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל ,אײן
זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל ,אױפֿן הײליקן ֶשקל;
בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַר ֵמשט מיט אײל ,פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער;
26אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל ,פֿול מיט װ ַײרױך; 27אײן
יונגער אָקס ,אײן װידער ,אײן שעפּס אַ יאָריקער ,פֿאַר אַ
בראַנדאָפּפֿער; 28אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 29און פֿאַר אַ
פֿרידאָפּפֿער ,צװײ רינדער ,פֿינף װידערס ,פֿינף בעק ,פֿינף שעפּסן
יאָריקע .דאָס איז דער קרבן פֿון ֶאליאָבֿ דעם זון פֿון חלונען.
30אױפֿן פֿירטן טאָג ,דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿןֶ ,אליצור
דער זון פֿון ש ֵדיאורן 31 .ז ַײן קרבן איז געװען :אײן זילבערנע שיסל
װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל ,אײן
זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל ,אױפֿן הײליקן ֶשקל;
בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל ,פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער;
32אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל ,פֿול מיט װ ַײרױך; 33אײן
יונגער אָקס ,אײן װידער ,אײן שעפּס אַ יאָריקער ,פֿאַר אַ
בראַנדאָפּפֿער; 34אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 35און פֿאַר אַ
פֿרידאָפּפֿער ,צװײ רינדער ,פֿינף װידערס ,פֿינף בעק ,פֿינף שעפּסן
יאָריקע .דאָס איז דער קרבן פֿון ֶאליצור דעם זון פֿון ש ֵדיאורן.
36אױפֿן פֿינפֿטן טאָג ,דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון,
שלומי ֵאל דער זון פֿון צורי ַש ָדין 37 .ז ַײן קרבן איז געװען :אײן
זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק