Page 22 - Bamidber
P. 22

‫במדבר‬

‫ֶשקל‪ ,‬אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן‬
‫ֶשקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ 38 :‬אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל‪ ,‬פֿול מיט װ ַײרױך;‬
‫‪ 39‬אײן יונגער אָקס‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬אײן שעפּס אַ יאָריקערער פֿאַר אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער; ‪ 40‬אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ‪ 41‬און פֿאַר אַ‬
‫פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צװײ רינדער‪ ,‬פֿינף װידערס‪ ,‬פֿינף בעק‪ ,‬פֿינף שעפּסן‬

    ‫יאָריקע‪ .‬דאָס איז דער קרבן פֿון שלומי ֵאל דעם זון פֿון צורי ַש ָדין‪.‬‬

‫‪ 42‬אױפֿן זעקסטן טאָג‪ ,‬דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ָגד‪ֶ ,‬אלָי ָסף‬
‫דער זון פֿון ְדעו ֵאלן‪ 43 .‬ז ַײן קרבן איז געװען‪ :‬אײן זילבערנע שיסל‬
‫װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל‪ ,‬אײן‬
‫זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן ֶשקל;‬
‫בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער;‬
‫‪ 44‬אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל‪ ,‬פֿול מיט װ ַײרױך; ‪ 45‬אײן‬
‫יונגער אָקס‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬אײן שעפּס אַ יאָריקער‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער; ‪ 46‬אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ‪ 47‬און פֿאַר אַ‬
‫פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צװײ רינדער‪ ,‬פֿינף װידערס‪ ,‬פֿינף בעק‪ ,‬פֿינף שעפּסן‬

         ‫יאָריקע‪ .‬דאָס איז דער קרבן פֿון ֶאלָי ָסף דעם זון פֿון ְדעו ֵאלן‪.‬‬

‫‪ 48‬אױפֿן זיבעטן טאָג‪ ,‬דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים‪,‬‬
‫ֶאלי ָש ָמע דער זון פֿון ַעמיהודן‪ 49 .‬ז ַײן קרבן איז געװען‪ :‬אײן‬
‫זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק‬
‫ֶשקל‪ ,‬אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן‬
‫ֶשקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער; ‪ 50‬אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל‪ ,‬פֿול מיט װ ַײרױך;‬
‫‪ 51‬אײן יונגער אָקס‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬אײן שעפּס אַ יאָריקער‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער; ‪ 52‬אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ‪ 53‬און פֿאַר אַ‬
‫פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צװײ רינדער‪ ,‬פֿינף װידערס‪ ,‬פֿינף בעק‪ ,‬פֿינף שעפּסן‬

      ‫יאָריקע‪ .‬דאָס איז דער קרבן פֿון ֶאלי ָש ָמע דעם זון פֿון ַעמיהודן‪.‬‬

‫‪ 54‬אױפֿן אַכטן טאָג‪ ,‬דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנשה‪ַ ,‬גמלי ֵאל‬
‫דער זון פֿון פּ ָדהצורן‪ 55 .‬ז ַײן קרבן איז געװען‪ :‬אײן זילבערנע שיסל‬
‫װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל‪ ,‬אײן‬
‫זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן ֶשקל;‬
‫בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער;‬
‫‪ 56‬אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל‪ ,‬פֿול מיט װ ַײרױך; ‪ 57‬אײן‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27