Page 20 - Bamidber
P. 20
במדבר
1און עס איז געװען ,אין דעם טאָג װאָס משה האָט געענדיקט
אױפֿשטעלן דעם ִמשכּן ,און האָט אים געזאַלבט ,און איםז
געהײליקט מיט אַלע ז ַײנע כּלים ,און דעם מזבח מיט אַלע ז ַײנע כּלים
– אַז ער האָט זײ געזאַלבט און זײ געהײליקט 2 ,האָבן גענענט די
פֿירשטן פֿון ישׂראל ,די הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערה ַײזער – זײ ,די
פֿירשטן פֿון די שבֿטים ,זײ װאָס ז ַײנען געשטאַנען ב ַײ דער צײלונג; 3
און זײ האָבן געבראַכט זײער קרבן פֿאַר גאָט ,זעקס צוגעדעקטע
װעגן ,און צװעלף רינדער :אַ װאָגן פֿאַר צװײ פֿירשטן ,און אַן אָקס
פֿאַר איטלעכן; און זײ האָבן זײ גענענט צום ִמשכּן 4 .האָט גאָט
געזאָגט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 5 :נעם צו פֿון זײ ,און עס זאָל ז ַײן
אױף צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט עס געבן צו
די ל ִו ִיים ,איטלעכן לױט ז ַײן דינסט 6 .האָט משה גענומען די װעגן
און די רינדער ,און האָט זײ געגעבן צו די ל ִוִיים 7 .צװײ װעגן און פֿיר
רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון ֵגרשוֹן ,לױט זײער דינסט.
8און פֿיר װעגן און אַכט רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון
מ ָררי ,לױט זײער דינסט אונטער דער האַנט פֿון אי ָת ָמר דעם זון פֿון
אַהרן דעם כֹּהן 9 .אָבער צו די קינדער פֿון ק ָהת האָט ער גאָרנישט
געגעבן ,װאָרום דער דינסט פֿון די הײליקע זאַכן איז געװען אױף זײ;
אױפֿן אַקסל האָבן זײ געדאַרפֿט טראָגן.
10און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די באַנ ַײונג פֿון מזבח אין דעם
טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן – די פֿירשטן האָבן געבראַכט
זײער קרבן פֿאַר דעם מזבח 11 .און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :צו
אײן פֿירשט אַ טאָג ,צו אײן פֿירשט אַ טאָג ,זאָלן זײ ברענגען זײער
קרבן פֿאַר דער באַנ ַײאונג פֿון מזבח.
12און דער װאָס האָט געבראַכט ז ַײן קרבן דעם ערשטן טאָג איז
געװען ַנחשוֹן דער זון פֿון ַעמיָנ ָדבֿן ,פֿון שבֿט יהודה 13 .און ז ַײן קרבן
איז געװען :אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט
און דר ַײסיק ֶשקל ,אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל,
אױפֿן הײליקן ֶשקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל,
פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער; 14אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל ,פֿול מיט
װ ַײרױך; 15אײן יונגער אָקס ,אײן װידער ,אײן שעפּס אַ יאָריקער,
פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 16אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 17און
פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער ,צװײ רינדער ,פֿינף װידערס ,פֿינף בעק ,פֿינף
שעפּסן יאָריקע .דאָס איז דער קרבן פֿון ַנחשוֹן דעם זון פֿון ַעמיָנ ָדבֿן.