Page 24 - Bamidber
P. 24
במדבר
רינדער ,פֿינף װידערס ,פֿינף בעק ,פֿינף שעפּסן יאָריקע .דאָס איז דער
קרבן פֿון פּג ִעי ֵאל דעם זון פֿון ָעכ ָרנען.
78אױפֿן צװעלפֿטן טאָג ,דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נפֿ ָתּלי,
אַחי ַרע דער זון פֿון ֵעיָננען 79 .ז ַײן קרבן איז געװען :אײן זילבערנע
שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל ,אײן
זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל ,אױפֿן הײליקן ֶשקל;
בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל ,פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער;
80אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל ,פֿול מיט װ ַײרױך; 81אײן
יונגער אָקס ,אײן װידער ,אײן שעפּס אַ יאָריקער ,פֿאַר אַ
בראַנדאָפּפֿער; 82אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 83און פֿאַר אַ
פֿרידאָפּפֿער ,צװײ רינדער ,פֿינף װידערס ,פֿינף בעק ,פֿינף שעפּסן
יאָריקע .דאָס איז דער קרבן פֿון אַחי ַרע דעם זון פֿון ֵעיָננען.
84דאָס איז געװען די באַנ ַײאונג פֿון דעם מזבח ,אין דעם טאָג װאָס
ער איז געזאַלבט געװאָרן ,פֿון די פֿירשטן פֿון ישׂראל :צװעלף
זילבערנע שיסלען ,צװעלף זילבערנע שפּרענגבעקנס ,צװעלף
גילדערנע שאָלן; 85איטלעכע שיסל הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל
זילבער ,און איטלעכער שפּרענגבעקן זיבעציק; דאָס גאַנצע זילבער
פֿון די כּלים ,צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט ,אױפֿן הײליקן ֶשקל86 .
צװעלף גילדערנע שאָלן פֿול מיט װ ַײרױך ,צו צען ,צו צען ֶשקל אַ
שאָל ,אױפֿן הײליקן ֶשקל; דאָס גאַנצע גאָלד פֿון די שאָלן ,הונדערט
און צװאַנציק 87 .אַלע רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער :צװעלף אָקסן;
װידערס צװעלף; שעפּסן יאָריקע צװעלף ,מיט זײער שפּ ַײזאָפּפֿער,
און ציגנבעק צװעלף ,פֿאַר זינדאָפּפֿער 88 .און אַלע רינדער פֿאַר
פֿרידאָפּפֿער :פֿיר און צװאַנציק אָקסן; װידערס זעכציק ,בעק
זעכציק ,שעפּסן יאָריקע זעכציק .דאָס איז געװען די באַנ ַײאונג פֿון
דעם מזבח נאָך דעם װי ער איז געזאַלבט געװאָרן.
89און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי גאָט זאָל רעדן מיט
אים ,האָט ער געהערט דעם ָקול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק
װאָס אױפֿן אָרון פֿון געזעץ ,פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט
ער גערעדט צו אים.