Page 27 - Bamidber
P. 27
במדבר
ז ַײן געשטעלטער צ ַײט 3 .אין פֿערצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש
קעגן אָװנט ,אין ז ַײן געשטעלטער צ ַײט זאָלט איר אים מאַכן; לױט
אַלע ז ַײנע דינים און לױט אַלע ז ַײנע געזעצן זאָלט איר אים מאַכן.
4האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל ,צו מאַכן דעם ָקרבן-
פּסח 5 .און זײ האָבן געמאַכט דעם ָקרבן-פּסח אין ערשטן חוֹדש ,אין
פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש קעגן אָװנט ,אין מדבר סיַני; אַזױ װי אַל
װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן ,אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל
געטאָן.
6אָבער עס ז ַײנען געװען מענער װאָס ז ַײנען געװען אומרײן פֿון דעם
טױטן ל ַײב פֿון אַ מענטשן ,און זײ האָבן ניט געקענט מאַכן דעם
ָקרבן-פּסח אין יענעם טאָג; האָבן זײ גענענט פֿאַר משהן און פֿאַר
אַהרֹנען אין יענעם טאָג 7 .און יענע מענער האָבן צו אים געזאָגט:
מיר ז ַײנען אומרײן פֿון דעם טױטן ל ַײב פֿון אַ מענטשן; פֿאַר װאָס
זאָלן מיר געמינערט װערן ,ניט מקריבֿ צו ז ַײן דעם קרבן פֿון גאָט אין
ז ַײן געשטעלטער צ ַײט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל? 8האָט משה
געזאָגט צו זײ :האַרט ,און איך װעל הערן װאָס גאָט װעט באַפֿעלן
װעגן א ַײך.
9און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 10 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן :אַז עמיצער אײנער פֿון א ַײך ,אָדער
פֿון א ַײערע קומעדיקע דוֹרות װעט ז ַײן אומרײן פֿון אַ טױטן ל ַײב,
אָדער ז ַײן אין אַ װ ַײטן װעג ,זאָל ער פֿון דעסטװעגן מאַכן אַ ָקרבן-
פּסח צו גאָט 11 .אין צװײטן חוֹדש ,אין פֿערצנטן טאָג ,קעגן אָװנט
זאָלן זײ אים מאַכן; מיט מצות און ביטערע קר ַײטעכער זאָלן זײ אים
עסן 12 .זײ זאָלן ניט איבערלאָזן פֿון אים ביז אין דער פֿרי ,און אַ בײן
זאָלן זײ ניט צעברעכן אין אים; לױט דעם גאַנצן דין פֿון ָקרבן-פּסח
זאָלן זײ אים מאַכן 13 .אָבער דער מאַן װאָס איז רײן ,און אין װעג
איז ער ניט ,און ער פֿאַרמ ַײדט זיך צו מאַכן דעם ָקרבן-פּסח ,יענע
זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק; װ ַײל ער האָט דעם קרבן
פֿון גאָט ניט מקריבֿ געװען אין ז ַײן געשטעלטער צ ַײט ,זאָל יענער
מאַן טראָגן ז ַײן זינד.
14און אַז ב ַײ א ַײך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער ,און ער װעט
מאַכן אַ ָקרבן-פּסח צו גאָט ,איז ,אַזױ װי דער דין פֿון ָקרבן-פּסח און