Page 30 - Bamidber
P. 30

‫במדבר‬

‫אױפֿגעשטעלט דעם ִמשכּן אײדער זײ ז ַײנען געקומען‪ 22 .‬און עס‬
‫האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון אפֿרים‪ ,‬לױט‬
‫זײערע מחנות; און איבער ז ַײן מחנה איז געװען ֶאלי ָש ָמע דער זון פֿון‬
‫ַעמיהודן‪ 23 .‬און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון‬
‫מנשה‪ַ ,‬גמלי ֵאל דער זון פֿון פּ ָדהצורן‪ 24 .‬און איבער דער מחנה פֿון‬
‫דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין‪ ,‬אַבֿי ָדן דער זון פֿון ִגדעוֹנין‪25 .‬‬
‫און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון ָדן‪,‬‬
‫די הינטערװאַך פֿון אַלע לאַגערן לױט זײערע מחנות; און איבער ז ַײן‬
‫לאַגער איז געװען אַחיעזר דער זון פֿון ַעמי ַש ָדין‪ 26 .‬און איבער דער‬
‫מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר‪ ,‬פּג ִעי ֵאל דער זון פֿון‬
‫ָעכ ָרנען‪ 27 .‬און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון‬
‫נפֿ ָתּלי‪ ,‬אַחי ַרע דער זון פֿון ֵעיָננען‪ 28 .‬דאָס ז ַײנען די צ ִיונגען פֿון די‬

       ‫קינדער פֿון ישׂראל לױט זײערע מחנות; אַזױ האָבן זײ געצױגן‪.‬‬

‫‪ 29‬און משה האָט געזאָגט צו חוֹבֿבֿ דעם זון פֿון ְרעו ֵאל דעם ִמדָיני‪,‬‬
‫משהס שװער‪ :‬מיר צִיען צו דעם אָרט װאָס גאָט האָט געזאָגט‪ :‬איך‬
‫װעל אים געבן צו א ַײך; קום מיט אונדז‪ ,‬און מיר װעלן דיך‬
‫באַגיטיקן‪ ,‬װאָרום גאָט האָט צוגעזאָגט גוטס פֿאַר ישׂראל‪ 30 .‬האָט‬
‫ער צו אים געזאָגט‪ :‬איך װעל ניט גײן; נ ַײערט צו מ ַײן לאַנד און צו‬
‫מ ַײן אָפּשטאַם װעל איך גײן‪ 31 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬זאָלסט אונדז ניט‬
‫פֿאַרלאָזן‪ ,‬איך בעט דיך; דערפֿאַר װ ַײל דו װײסט װוּ מיר קענען‬
‫לאַגערן אין מדבר‪ ,‬און װעסט אונדז ז ַײן פֿאַר אױגן‪ 32 .‬און עס װעט‬
‫ז ַײן‪ ,‬אַז דו װעסט גײן מיט אונדז‪ ,‬איז‪ ,‬פֿון דעם גוטס װאָס גאָט װעט‬

                            ‫אונדז באַגיטיקן‪ ,‬װעלן מיר דיך באַגיטיקן‪.‬‬

‫‪ 33‬און זײ האָבן געצױגן פֿון דעם באַרג פֿון גאָט דר ַײ טעג װעגס‪ ,‬און‬
‫דער אָרון פֿון גאָטס בונד האָט געצױגן זײ פֿאַרױס דר ַײ טעג װעגס‪,‬‬
‫אױסצוזוכן פֿאַר זײ אַ רואָרט‪ 34 .‬און דער װאָלקן פֿון גאָט איז געװען‬
‫איבער זײ ב ַײ טאָג‪ ,‬װען זײ האָבן געצױגן פֿון לאַגער‪ 35 .‬און עס איז‬

               ‫געװען‪ ,‬אַז דער אָרון האָט געצױגן‪ ,‬האָט משה געזאָגט‪:‬‬

‫שטײ אױף‪ ,‬גאָט‪ ,‬און זאָלן צעשפּרײט װערן ד ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
                           ‫און זאָלן אַנטלױפֿן ד ַײנע ָשׂונאים פֿאַר דיר!‬

                          ‫‪ 36‬און אַז ער האָט גערוט‪ ,‬האָט ער געזאָגט‪:‬‬
                                     ‫קער א ַײן‪ ,‬גאָט‪ ,‬צו די צענטױזנטן‬
   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35