Page 33 - Bamidber
P. 33

‫במדבר‬

‫עלטסטע פֿון פֿאָלק‪ ,‬און זײ געשטעלט רונד אַרום געצעלט‪ 25 .‬און‬
‫גאָט האָט אַראָפּגענידערט אין דעם װאָלקן‪ ,‬און האָט גערעדט צו‬
‫אים‪ ,‬און האָט גענומען פֿון דעם ג ַײסט װאָס אױף אים‪ ,‬און געגעבן‬
‫אױף די זיבעציק מאַן‪ ,‬די עלטסטע‪ .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער ג ַײסט‬
 ‫האָט אױף זײ גערוט‪ ,‬אַזױ האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט; אָבער ניט מער‪.‬‬

‫‪ 26‬און צװײ מענער ז ַײנען איבערגעבליבן אין לאַגער‪ ,‬דער נאָמען פֿון‬
‫אײנעם ֶאל ָדד‪ ,‬און דער נאָמען פֿון צװײטן ֵמי ָדד; האָט אױף זײ אױך‬
‫גערוט דער ג ַײסט – און זײ ז ַײנען געװען צװישן די פֿאַרשריבענע‪,‬‬
‫אָבער זײ ז ַײנען ניט אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט – און זײ האָבן‬
‫נבֿיאות געזאָגט אין לאַגער‪ 27 .‬איז געלאָפֿן דער יונג‪ ,‬און האָט‬
‫דערצײלט משהן‪ ,‬און געזאָגט‪ֶ :‬אל ָדד און ֵמי ָדד זאָגן נבֿיאות אין‬
‫לאַגער‪ 28 .‬האָט זיך אָפּגערופֿן יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון‪ ,‬משהס‬
‫באַדינער פֿון ז ַײן יוגנט אָן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬מ ַײן האַר משה‪ ,‬האַלט‬
‫זײ צוריק‪ 29 .‬האָט משה צו אים געזאָגט‪ :‬נעמסטו זיך אָן פֿאַר מיר?‬
‫הלװאַי זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון גאָט ז ַײן נבֿיאים‪ ,‬אַז גאָט זאָל‬
‫געבן ז ַײן ג ַײסט אױף זײ! ‪ 30‬און משה איז צוריק אַר ַײן אין לאַגער‪,‬‬

                                       ‫ער און די עלטסטע פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 31‬און אַ װינט האָט אַרױסגעצױגן פֿון גאָט‪ ,‬און האָט געבראַכט‬
‫צופֿל ִיען װאַכטלפֿױגלען פֿון ים‪ ,‬און האָט זײ צעװאָרפֿן לעבן לאַגער‬
‫אַרום אַ טאָג װעגס פֿון אײן ז ַײט‪ ,‬און אַרום אַ טאָג װעגס פֿון דער‬
‫אַנדער ז ַײט‪ ,‬רונד אַרום לאַגער‪ ,‬און אַרום צװײ אײלן איבערן געזיכט‬
‫פֿון דער ערד‪ 32 .‬און דאָס פֿאָלק איז אױפֿגעשטאַנען יענעם גאַנצן‬
‫טאָג‪ ,‬און די גאַנצע נאַכט‪ ,‬און דעם גאַנצן מאָרגעדיקן טאָג‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אױפֿגעקליבן די װאַכטלפֿױגלען; דער װאָס האָט צומינדסט‬
‫געקליבן האָט אױפֿגעקליבן צען הױפֿנס; און זײ האָבן זײ זיך‬

                                    ‫אױסגעשפּרײט רונד אַרום לאַגער‪.‬‬

‫‪ 33‬דאָס פֿלײש איז נאָך געװען צװישן זײערע צײנער‪ ,‬אײדער עס איז‬
‫צעק ַײט געװאָרן‪ ,‬אַזױ האָט דער צאָרן פֿון גאָט געגרימט אױפֿן פֿאָלק‪,‬‬
‫און גאָט האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זײער אַ גרױסן שלאַק‪34 .‬‬
‫און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט ִקבֿרוֹת‪ַ -‬ה ַתּ ֲאָוה‪,‬‬

    ‫װ ַײל דאָרטן האָט מען באַגראָבן דאָס פֿאָלק װאָס האָט געגלוסט‪.‬‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38