Page 34 - Bamidber
P. 34

‫במדבר‬

‫‪ 35‬פֿון ִקבֿרוֹת‪ַ -‬ה ַתּ ֲאָוה האָט דאָס פֿאָלק געצױגן קײן ח ֵצרוֹת; און זײ‬
                                            ‫ז ַײנען געבליבן אין ח ֵצרוֹת‪.‬‬

‫‪ 1‬און מרים און אַהרן האָבן גערעדט אױף משהן פֿון װעגן‬

‫דער כּושישער װ ַײב װאָס ער האָט גענומען; װאָרום ער האָטיב‬

‫גענומען אַ כּושישע װ ַײב‪ 2 .‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬צי בלױז נאָר מיט‬
‫משהן האָט גאָט גערעדט? האָט ער ניט אױך מיט אונדז גערעדט?‬

                                                ‫און גאָט האָט געהערט‪.‬‬

‫‪ 3‬און דער מאַן משה איז געװען זײער אַן ָעָנו‪ ,‬מער פֿון אַלע מענטשן‬
                                      ‫װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט גאָט פּלוצלינג געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו‬
‫מרימען‪ :‬גײט איר דר ַײ אַרױס צום אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ .‬ז ַײנען זײ דר ַײ‬
‫אַרױסגעגאַנגען‪ 5 .‬און גאָט האָט אַראָפּגענידערט אין אַ װאָלקנז ַײל‪,‬‬
‫און האָט זיך געשטעלט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און האָט‬
‫גערופֿן אַהרֹנען און מרימען‪ .‬ז ַײנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען‪ 6 .‬און‬
‫ער האָט געזאָגט‪ :‬הערט אַקאָרשט צו מ ַײנע װערטער‪ :‬אַז אַ נבֿיא איז‬
‫דאָ ב ַײ א ַײך‪ ,‬טו איך‪ ,‬גאָט‪ ,‬אין אַ זעונג זיך דערקענען צו אים; אין אַ‬
‫חלום רעד איך מיט אים‪ 7 .‬ניט אַזױ איז מ ַײן קנעכט משה; אין מ ַײן‬
‫גאַנצן הױז איז ער באַגלױבט‪ 8 .‬מױל צו מױל רעד איך מיט אים‪ ,‬און‬
‫באַשײנפּערלעך און ניט מיט רעטענישן‪ ,‬און די געשטאַלט פֿון גאָט‬
‫קוקט ער אָן‪ .‬און װי אַזױ האָט איר ניט מוֹרא געהאַט צו רעדן אױף‬
‫מ ַײן קנעכט‪ ,‬אױף משהן? ‪ 9‬און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט‬
‫אױף זײ; און ער איז אַװעקגעגאַנגען‪ 10 .‬און װי דער װאָלקן האָט זיך‬
‫אָפּגעטאָן פֿון איבערן געצעלט‪ ,‬ערשט מרים איז מצוֹרע װ ַײס װי‬
‫שנײ‪ .‬און אַהרן האָט זיך אומגעקערט צו מרימען‪ ,‬ערשט זי איז‬
‫מצוֹרע‪ 11 .‬האָט אַהרן געזאָגט צו משהן‪ :‬איך בעט דיך‪ ,‬מ ַײן האַר‪,‬‬
‫זאָלסט ניט אַרױפֿטאָן אױף אונדז אַ זינד‪ ,‬װאָס מיר האָבן זיך‬
‫באַנאַרישט און װאָס מיר האָבן געזינדיקט‪ 12 .‬זאָל זי‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫ניט ז ַײן אַזױ װי אַ טױטגעבאָרענער װאָס ז ַײן פֿלײש איז האַלב‬
‫צעגעסן װען ער גײט אַרױס פֿון ז ַײן מוטערס טראַכט‪ 13 .‬און משה‬
‫האָט געשר ִיען צו גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גאָט‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬הײל זי‪ ,‬איך‬
‫בעט דיך‪ 14 .‬האָט גאָט געזאָגט צו משהן‪ :‬אַז איר פֿאָטער װאָלט איר‬
   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39