Page 39 - Bamidber
P. 39

‫במדבר‬

‫‪ 26‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪27 :‬‬
‫ביז װאַנען נאָך לאָזן די דאָזיקע בײזע עדה װאָס מורמלען אַקעגן‬
‫מיר? איך האָב געהערט די מורמלער ַײען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫װאָס זײ מורמלען אַקעגן מיר‪ 28 .‬זאָג צו זײ‪ :‬אַזױ װי איך לעב‪ ,‬זאָגט‬
‫גאָט‪ ,‬אױב ניט װי איר האָט גערעדט אין מ ַײנע אױערן‪ ,‬אַזױ װעל איך‬
‫טאָן צו א ַײך! ‪ 29‬אין דעם דאָזיקן מדבר װעלן פֿאַלן א ַײערע פּגרים‪,‬‬
‫און אַלע א ַײערע געצײלטע‪ ,‬לױט א ַײער גאַנצער צאָל‪ ,‬פֿון צװאַנציק‬
‫יאָר אַלט און העכער‪ ,‬װ ַײל איר האָט געמורמלט אַקעגן מיר‪ 30 .‬איר‬
‫װעט ניט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מ ַײן‬
‫האַנט א ַײך צו מאַכן רוען דרינען‪ ,‬אַחוץ ָכּ ֵלבֿ דער זון פֿון יפֿוֶנהן‪ ,‬און‬
‫יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון‪ 31 .‬און א ַײערע קלײנע קינדער װאָס איר‬
‫האָט געזאָגט‪ ,‬זײ װעלן ז ַײן צו רױב‪ ,‬זײ װעל איך ברענגען אַהין‪ ,‬און‬
‫זײ װעלן דערקענען דאָס לאַנד‪ ,‬װאָס איר האָט פֿאַראַכט‪ .‬אָבער איר‬
‫– א ַײערע פּגרים װעלן פֿאַלן אין דעם דאָזיקן מדבר‪ 32 .‬און א ַײערע‬
‫קינדער װעלן אומװאַנדערן אין מדבר פֿערציק יאָר‪ ,‬און װעלן ל ַײדן‬
‫פֿאַר א ַײערע אָפּקערונגען‪ ,‬ביז א ַײערע פּגרים װעלן פֿאַרלענדט װערן‬
‫אין מדבר‪ 34 .‬לױט דער צאָל פֿון די טעג װאָס איר האָט אױסגעקוקט‬
‫דאָס לאַנד – פֿערציק טעג‪ ,‬פֿאַר אַ טאָג אַ יאָר‪ ,‬פֿאַר אַ טאָג אַ יאָר‪,‬‬
‫װעט איר טראָגן א ַײערע זינד‪ ,‬פֿערציק יאָר; און איר װעט דערשפּירן‬
‫מ ַײן אומגענאָד‪ 35 .‬איך‪ ,‬יהוה‪ ,‬האָב גערעדט; אױב איך װעל דאָס ניט‬
‫טאָן צו דער דאָזיקער גאַנצער בײזער עדה‪ ,‬װאָס האָט זיך‬
‫א ַײנגעזאַמלט אַקעגן מיר! אין דעם דאָזיקן מדבר װעלן זײ‬

                          ‫פֿאַרלענדט װערן‪ ,‬און דאָ װעלן זײ שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 36‬און די מענטשן װאָס משה האָט געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד‪,‬‬
‫און זײ ז ַײנען צוריקגעקומען און האָבן געמאַכט מורמלען אַקעגן אים‬
‫די גאַנצע עדה‪ ,‬מיט אַרױסלאָזן אַ שלעכטן קלאַנג אױפֿן לאַנד – ‪37‬‬
‫די מענטשן װאָס האָבן אַרױסגעלאָזט דעם שלעכטן קלאַנג אױפֿן‬
‫לאַנד‪ ,‬ז ַײנען געשטאָרבן אין אַ מגפֿה פֿאַר גאָט‪ 38 .‬נאָר יהוֹשו ַע דער‬
‫זון פֿון נון‪ ,‬און ָכּ ֵלבֿ דער זון פֿון יפֿוֶנהן‪ ,‬ז ַײנען געבליבן לעבן פֿון יענע‬

                 ‫מענטשן‪ ,‬װאָס ז ַײנען געגאַנגען אױסקוקן דאָס לאַנד‪.‬‬

‫‪ 39‬און משה האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אַלע קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און דאָס פֿאָלק האָט זײער געטרױערט‪ 40 .‬און זײ האָבן זיך‬
‫געפֿעדערט אין דער פֿרי‪ ,‬און ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ‬
‫באַרג‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אָט ז ַײנען מיר‪ ,‬און מיר װעלן אַרױפֿגײן צו דעם‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44