Page 42 - Bamidber
P. 42
במדבר
פֿאַר גאָט ,פֿאַר זײער פֿאַרזע 26 .און דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער
פֿון ישׂראל ,און דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ ,װעט
פֿאַרגעבן װערן ,װאָרום ב ַײ דעם גאַנצן פֿאָלק איז דאָס געװען דורך אַ
פֿאַרזע.
27אױב אָבער אַן אײנצלנער מענטש װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע,
זאָל ער ברענגען אַ יאָריקע ציג פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער 28 .און דער כֹּהן
זאָל מכפּר ז ַײן אױף דעם מענטשן װאָס פֿאַרזעט ,װען ער זינדיקט
דורך אַ פֿאַרזע פֿאַר גאָט; כּדי מכפּר צו ז ַײן אױף אים ,אַז אים זאָל
פֿאַרגעבן װערן 29 .פֿאַר דעם א ַײנגעבאָרענעם צװישן די קינדער פֿון
ישׂראל ,און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ – אײן
געזעץ זאָל ז ַײן ב ַײ א ַײך פֿאַר דעם װאָס טוט עפּעס דורך אַ פֿאַרזע.
30אָבער דער מענטש װאָס טוט מיט אַ הױכער האַנט ,פֿון די
א ַײנגעבאָרענע ,אָדער פֿון די פֿרעמדע ,לעסטערט ער גאָט ,און יענע
זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק 31 .װאָרום דאָס
װאָרט פֿון גאָט האָט ער פֿאַראַכט ,און ז ַײן געבאָט האָט ער
פֿאַרשטערט; פֿאַרשניטן מוז פֿאַרשניטן װערן יענע זעל ,איר זינד איז
אױף איר.
32און װען די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געװען אין דער מדבר ,האָבן
זײ געפֿונען אַ מאַן קל ַײבנדיק האָלץ אום שבת 33 .האָבן די װאָס
האָבן אים געפֿונען קל ַײבנדיק האָלץ ,אים געבראַכט צו משהן און צו
אַהרֹנען און צו דער גאַנצער עדה 34 .און מע האָט אים אַר ַײנגעזעצט
אין װאַך ,װאָרום עס איז ניט באַשײדט געװאָרן װאָס אים זאָל
געטאָן װערן 35 .האָט גאָט געזאָגט צו משהן :טײטן זאָל געטײט
װערן דער מאַן; די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער
אױסן לאַגער 36 .און די גאַנצע עדה האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן
לאַגער ,און זײ האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער ,און ער איז
געשטאָרבן; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
37און גאָט האָט געזאָגט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 38 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגן צו זײ ,זײ זאָלן זיך מאַכן פֿרענדז
אױף די עקן פֿון זײערע קלײדער ,אױף זײערע ָדור-דורות; און זײ
זאָלן אַר ַײנטאָן אין די פֿרענדז פֿון עק קלײד אַ בלאָען פֿאָדים 39 .און
דאָס זאָל א ַײך ז ַײן פֿאַר ציצית ,אַז איר זאָלט עס זען ,און געדענקען
אַלע געבאָט פֿון גאָט ,און זײ טאָן ,און איר זאָלט ניט נאָכגײן נאָך