Page 45 - Bamidber
P. 45

‫במדבר‬

‫אַבֿי ָרמען‪ .‬איז משה אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען צו ָד ָתנען און‬
‫אַבֿי ָרמען‪ 25 ,‬און נאָך אים ז ַײנען געגאַנגען די עלטסטע פֿון ישׂראל‪.‬‬
‫‪ 26‬און ער האָט גערעדט צו דער עדה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬טרעט אָפּ‪ ,‬איך‬
‫בעט א ַײך‪ ,‬פֿון לעבן די געצעלטן פֿון די דאָזיקע שלעכטע מענטשן‪,‬‬
‫און איר זאָלט זיך ניט אָנרירן אָן אַלץ װאָס איז זײערס‪ ,‬כּדי איר‬
‫זאָלט ניט אומגעבראַכט װערן דורך אַלע זײערע זינד‪ 27 .‬האָבן זײ‬
‫אָפּגעצױגן פֿון דער װוינונג פֿון קֹ ַרחן‪ָ ,‬ד ָתנען‪ ,‬און אַבֿי ָרמען‪ ,‬פֿון רונד‬
‫אַרום; און ָד ָתן און אַבֿי ָרם ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬זיך שטעלנדיק אין‬
‫א ַײנגאַנג פֿון זײערע געצעלטן‪ ,‬מיט זײערע װ ַײבער און זײערע זין און‬
‫זײערע קלײנע קינדער‪ 28 .‬האָט משה געזאָגט‪ :‬דורך דעם װעט איר‬
‫װיסן‪ ,‬אַז גאָט האָט מיך געשיקט צו טאָן אַלע די דאָזיקע טוּונגען‪ ,‬אַז‬
‫דאָס איז ניט פֿון מ ַײן האַרצן‪ 29 .‬אױב אַזױ װי אַלע מענטשן‬
‫שטאַרבן‪ ,‬װעלן די דאָזיקע שטאַרבן‪ ,‬און די באַשערונג פֿון אַלע‬
‫מענטשן װעט זײ באַשערט ז ַײן‪ ,‬האָט מיך גאָט ניט געשיקט‪ 30 .‬אױב‬
‫אָבער אַ באַשאַפֿונג װעט באַשאַפֿן גאָט‪ ,‬און די ערד װעט אױפֿמאַכן‬
‫איר מױל‪ ,‬און װעט א ַײנשלינגען זײ און אַלץ װאָס איז זײערס‪ ,‬און זײ‬
‫װעלן אַראָפּנידערן לעבעדיקערהײט אין אונטערערד‪ ,‬װעט איר װיסן‪,‬‬

                      ‫אַז די דאָזיקע מענטשן האָבן געלעסטערט גאָט‪.‬‬

‫‪ 31‬און עס איז געװען װי ער האָט געענדיקט רעדן אַלע די דאָזיקע‬
‫װערטער‪ ,‬אַזױ האָט זיך אױפֿגעשפּאָלטן די ערד װאָס אונטער זײ‪32 .‬‬
‫און די ערד האָט געעפֿנט איר מױל‪ ,‬און האָט א ַײנגעשלונגען זײ‪ ,‬און‬
‫זײערע ה ַײזער‪ ,‬און אַלע מענטשן װאָס האָבן געהערט צו קֹ ַרחן‪ ,‬און‬
‫דעם גאַנצן פֿאַרמעג‪ 33 .‬און זײ און אַלץ װאָס איז זײערס האָבן‬
‫אַראָפּגענידערט לעבעדיקערהײט אין אונטערערד‪ ,‬און די ערד האָט‬
‫זײ צוגעדעקט‪ ,‬און זײ ז ַײנען אונטערגעגאַנגען פֿון צװישן דער עדה‪.‬‬
‫‪ 34‬און גאַנץ ישׂראל װאָס רונד אַרום זײ ז ַײנען אַנטלאָפֿן פֿון זײערע‬
‫קוֹלות‪ ,‬װאָרום זײ האָבן געזאָגט‪ :‬די ערד װעט אונדז נאָך‬
‫א ַײנשלינגען‪ 35 .‬און אַ פֿ ַײער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון גאָט‪ ,‬און האָט‬
‫פֿאַרצערט די צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן‪ ,‬װאָס האָבן‬

                                           ‫אױפֿגעבראַכט דעם װ ַײרױך‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬זאָג צו‬

‫ֶאל ָעָזר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן‪ ,‬ער זאָל אױפֿהײבן דייז‬

‫פֿ ַײערפֿאַנען פֿון צװישן דער פֿאַרברענונג‪ ,‬און דאָס פֿ ַײער װאַרף‬
‫אַװעק; װאָרום זײ ז ַײנען געװאָרן הײליק‪ 3 .‬די פֿ ַײערפֿאַנען פֿון די‬
   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50