Page 49 - Bamidber
P. 49

‫במדבר‬

‫גיבן צו גאָט‪ ,‬דאָס האָב איך געגעבן צו דיר‪ 13 .‬די ערשטצ ַײטיקע פֿון‬
‫אַלץ װאָס אין זײער לאַנד‪ ,‬װאָס זײ ברענגען צו גאָט‪ ,‬זאָלן געהערן‬
‫צו דיר; איטלעכער װאָס איז רײן אין ד ַײן הױז מעג עס עסן‪14 .‬‬
‫איטלעכע חרם‪-‬זאַך אין ישׂראל זאָל געהערן צו דיר‪ 15 .‬איטלעכס‬
‫װאָס עפֿנט דעם טראַכט‪ ,‬פֿון יעטװעדער באַשעפֿעניש װאָס מע‬
‫ברענגט צו גאָט‪ ,‬פֿון אַ מענטשן און פֿון אַ בהמה‪ ,‬זאָל געהערן צו‬
‫דיר; אָבער אױסלײזן זאָלסטו לאָזן אױסלײזן דעם ב ָכור פֿון אַ‬
‫מענטשן; אױך דעם ב ָכור פֿון אַן אומרײנער בהמה זאָלסטו לאָזן‬
‫אױסלײזן‪ 16 .‬און זײער אױסלײז – פֿון אַ חוֹדש אַלט זאָלסטו לאָזן‬
‫אױסלײזן – זאָל ז ַײן לױט ד ַײן שאַצונג‪ ,‬פֿינף ֶשקל זילבער‪ ,‬אױפֿן‬
‫הײליקן ֶשקל‪ ,‬דאָס איז צװאַנציק ֵג ָרה‪ 17 .‬אָבער אַ ב ָכור פֿון אַ רינד‪,‬‬
‫אָדער אַ ב ָכור פֿון אַ שעפּס‪ ,‬אָדער אַ ב ָכור פֿון אַ ציג‪ ,‬טאָרסטו ניט‬
‫לאָזן אױסלײזן; זײ ז ַײנען הײליק‪ .‬זײער בלוט זאָלסטו שפּרענגען‬
‫אױפֿן מזבח‪ ,‬און זײער פֿעטס זאָלסטו דעמפֿן פֿאַר אַ פֿ ַײעראָפּפֿער‪,‬‬
‫פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט‪ 18 .‬און זײער פֿלײש זאָל געהערן צו‬
‫דיר; אַזױ װי די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג‪ ,‬און אַזױ װי דער רעכטער‬
‫שענקל‪ ,‬זאָל עס געהערן צו דיר‪ 19 .‬אַלע אָפּשײדונגען פֿון די‬
‫הײליקע זאַכן װאָס די קינדער פֿון ישׂראל שײדן אָפּ צו גאָט‪ ,‬האָב‬
‫איך געגעבן צו דיר און צו ד ַײנע זין און צו ד ַײנע טעכטער מיט דיר‪,‬‬
‫פֿאַר אַן אײביקן רעכט; אַן אײביקער בונד פֿון זאַלץ איז דאָס פֿאַר‬

                                     ‫גאָט‪ ,‬דיר און ד ַײן זאָמען מיט דיר‪.‬‬

‫‪ 20‬און גאָט האָט געזאָגט צו אַהרֹנען‪ :‬אין זײער לאַנד זאָלסטו ניט‬
‫אַרבן‪ ,‬און קײן חלק זאָלסטו ניט האָבן צװישן זײ; איך בין ד ַײן חלק‬
‫און ד ַײן נחלה צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ 21 .‬און צו די קינדער פֿון‬
‫ֵל ִוי‪ ,‬זע‪ ,‬האָב איך געגעבן יעטװעדער מעשׂר אין ישׂראל פֿאַר אַן אַרב‪,‬‬
‫פֿאַר זײער דינסט װאָס זײ דינען‪ ,‬דעם דינסט פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 22 .‬און‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן מער ניט גענענען צום אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬צו‬
‫טראָגן אַ חטא און שטאַרבן‪ 23 .‬נ ַײערט דער ֵל ִוי‪ ,‬ער זאָל דינען דעם‬
‫דינסט פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד; און זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אַן אײביק‬
‫געזעץ אױף זײערע ָדור‪-‬דורות‪ .‬און צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‬
‫זאָלן זײ ניט אַרבן קײן אַרבונג‪ 24 .‬װאָרום דעם מעשׂר פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס זײ שײדן אָפּ פֿאַר אַן אָפּשײדונג צו גאָט‪ ,‬האָב איך‬
‫געגעבן צו די ל ִוִיים פֿאַר אַן אַרבונג; דרום האָב איך װעגן זײ געזאָגט‪:‬‬

         ‫צװישן די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן זײ ניט אַרבן קײן אַרבונג‪.‬‬
   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54