Page 51 - Bamidber
P. 51

‫במדבר‬

‫דער כֹּהן זאָל נעמען צעדערהאָלץ‪ ,‬און ֵאזוֹבֿ‪-‬גראָז‪ ,‬און װערמילרױט‪,‬‬
‫און אַר ַײנװאַרפֿן אין דער פֿאַרברענונג פֿון דער קו‪ 7 .‬און דער כֹּהן‬
‫זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און באָדן ז ַײן ל ַײב אין װאַסער‪ ,‬און‬
‫דערנאָך מעג ער אַר ַײנקומען אין לאַגער; און דער כֹּהן זאָל ז ַײן‬
‫אומרײן ביזן אָװנט‪ 8 .‬אױך דער װאָס פֿאַרברענט זי‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע‬
‫קלײדער אין װאַסער‪ ,‬און באָדן ז ַײן ל ַײב אין װאַסער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן‬
‫ביזן אָװנט‪ 9 .‬און אַ רײנער מאַן זאָל אױפֿזאַמלען די אַש פֿון דער קו‪,‬‬
‫און אַװעקלײגן אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט; און עס זאָל‬
‫געהאַלטן װערן פֿאַר דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר‬
‫שפּרענגװאַסער; אַ רײניקאָפּפֿער איז דאָס‪ 10 .‬און דער װאָס זאַמלט‬
‫אױף די אַש פֿון דער קו‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און ז ַײן אומרײן‬
‫ביזן אָװנט‪ .‬און עס זאָל ז ַײן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און פֿאַר‬
‫דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ‪ ,‬פֿאַר אַן אײביקן געזעץ‪.‬‬

‫‪ 11‬דער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ מת‪ ,‬אָן װאָסער עס איז טױטן ל ַײב‬
‫פֿון אַ מענטשן‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן זיבן טעג‪ 12 .‬ער זאָל זיך רײניקן‬
‫דערמיט אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג‪ ,‬און װערן רײן; און‬
‫אױב ער װעט זיך ניט רײניקן אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן‬
‫טאָג‪ ,‬זאָל ער ניט װערן רײן‪ 13 .‬איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן אַ‬
‫מת‪ ,‬אָן דעם ל ַײב פֿון אַ מענטשן װאָס איז געשטראָבן‪ ,‬און ער װעט‬
‫זיך ניט רײניקן‪ ,‬האָט ער די רואונג פֿון גאָט פֿאַראומרײניקט‪ ,‬און‬
‫יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון ישׂראל; אַז שפּרענגװאַסער איז‬
‫אױף אים ניט געשפּרענגט געװאָרן‪ ,‬זאָל ער ז ַײן אומרײן; ז ַײן‬

                                       ‫אומרײנקײט איז נאָך אױף אים‪.‬‬

‫‪ 14‬דאָס איז דער דין‪ :‬אַז אַ מענטש װעט שטאַרבן אין אַ געצעלט‪,‬‬
‫זאָל איטלעכער װאָס קומט אין געצעלט‪ ,‬און אַלץ װאָס אין‬
‫געצעלט‪ ,‬ז ַײן אומרײן זיבן טעג‪ 15 .‬און יעטװעדער אָפֿענע כּלי‪ ,‬װאָס‬
‫אױף איר איז ניטאָ אַן אַרומגעשנירט דעקל‪ ,‬איז אומרײן‪ 16 .‬און‬
‫איטלעכער װאָס װעט זיך אָנרירן אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד אָן אַ‬
‫דערשלאָגענעם פֿון אַ שװערד‪ ,‬אָדער אָן אַ געשטאָרבענעם‪ ,‬אָדער אַן‬
‫אַ בײן פֿון אַ מענטשן‪ ,‬אָדער אָן אַ קבֿר‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן זיבן טעג‪.‬‬
‫‪ 17‬און מע זאָל נעמען פֿאַר דעם אומרײנעם פֿון דער אַש פֿון דעם‬
‫פֿאַרברענטן רײניקאָפּפֿער‪ ,‬און אַרױפֿגיסן דערױף לעבעדיקע װאַסער‬
‫אין אַ כּלי‪ 18 .‬און אַ רײנער מאַן זאָל נעמען ֵאזוֹבֿ‪-‬גראָז‪ ,‬און‬
‫א ַײנטונקען אין דעם װאַסער‪ ,‬און שפּריצן אױפֿן געצעלט‪ ,‬און אױף‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56