Page 55 - Bamidber
P. 55

‫במדבר‬

‫כַּנ ֲעני‪ ,‬און זײ האָבן געמאַכט זײ און זײערע שטעט חרם‪ .‬און מע‬
                       ‫האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט‪ ,‬חר ָמה‪.‬‬

‫‪ 4‬און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג הוֹר אױפֿן װעג פֿון ים‪-‬סוף‪ ,‬כּדי צו‬
‫גײן אַרום דעם לאַנד ֶאדוֹם‪ ,‬און די זעל פֿון דעם פֿאָלק איז געװאָרן‬
‫אומגעדולדיק פֿון װעג‪ 5 .‬און דאָס פֿאָלק האָט גערעדט אַקעגן גאָט‬
‫און אַקעגן משהן‪ :‬נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון‬
‫ִמצ ַר ִים צו שטאַרבן אין דער מדבר? װאָרום קײן ברױט איז ניטאָ‪ ,‬און‬
‫קײן װאַסער איז ניטאָ‪ ,‬און אונדזער זעל עקלט זיך מיט דער‬
‫נישטיקער שפּ ַײז‪ 6 .‬האָט גאָט אָנגעשיקט אױפֿן פֿאָלק פֿ ַײערדיקע‬
‫שלאַנגען‪ ,‬און זײ האָבן געביסן דאָס פֿאָלק‪ ,‬און עס איז געשטאָרבן אַ‬
‫סך פֿאָלק פֿון ישׂראל‪ 7 .‬איז דאָס פֿאָלק געקומען צו משהן‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן געזאָגט‪ :‬מיר האָבן געזינדיקט װאָס מיר האָבן גערעדט אַקעגן‬
‫גאָט און אַקעגן דיר; ז ַײ מתפּלל צו גאָט‪ ,‬ער זאָל אָפּטאָן פֿון אונדז די‬
‫שלאַנגען‪ .‬האָט משה מתפּלל געװען פֿאַרן פֿאָלק‪ 8 .‬און גאָט האָט‬
‫געזאָגט צו משהן‪ :‬מאַך דיר אַ פֿ ַײערדיקע שלאַנג‪ ,‬און טו זי אַרױף‬
‫אױף אַ שטאַנג; און עס װעט ז ַײן‪ ,‬איטלעכער װאָס װערט געביסן‪,‬‬
‫װעט זי זען‪ ,‬און װעט בל ַײבן לעבן‪ 9 .‬האָט משה געמאַכט אַ קופּערנע‬
‫שלאַנג‪ ,‬און האָט זי אַרױפֿגעטאָן אױף אַ שטאַנג; און עס איז געװען‪,‬‬
‫אַז אַ שלאַנג האָט עמיצן געביסן‪ ,‬אַזױ האָט ער אַ קוק געטאָן אױף‬

                        ‫דער קופּערנער שלאַנג‪ ,‬און איז געבליבן לעבן‪.‬‬

‫‪ 10‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַװעקגעצױגן‪ ,‬און גערוט אין‬
‫אוֹבֿוֹת‪ 11 .‬און זײ האָבן געצױגן פֿון אוֹבֿוֹת‪ ,‬און גערוט אין ִעֵיי‪-‬‬
‫ַע ָבֿרים‪ ,‬אין דעם מדבר װאָס פֿאַר מוֹאָבֿ‪ ,‬אַקעגן זונאױפֿגאַנג‪ 12 .‬פֿון‬
‫דאָרטן האָבן זײ געצױגן‪ ,‬און גערוט אין טאָל ֶז ֶרד‪ 13 .‬פֿון דאָרטן‬
‫האָבן זײ געצױגן‪ ,‬און גערוט אױף יענער ז ַײט אַרנוֹן װאָס אין מדבר‪,‬‬
‫װאָס גײט אַרױס פֿון דעם געמאַרק פֿון ֶאמוֹרי; ‪ 14‬װאָרום אַרנוֹן איז‬
‫דער געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ‪ ,‬צװישן מוֹאָבֿ און צװישן דעם ֶאמוֹרי‪ .‬דרום‬

                ‫װערט געזאָגט אין דעם בוך פֿון די מלחמות פֿון גאָט‪:‬‬

                                                         ‫ָו ֵהבֿ אין סופֿה‪,‬‬
                                                ‫און די טאָלן פֿון אַרנוֹן‪,‬‬
                                  ‫‪ 15‬און דעם אַראָפּגאַנג פֿון די טאָלן‪,‬‬
                                 ‫װאָס נײגט זיך צו דער װוינונג פֿון ָער‪,‬‬
                                  ‫און לענט זיך אָן געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ‪.‬‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60