Page 50 - Bamidber
P. 50

‫במדבר‬

‫‪ 25‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 26 :‬און צו די‬
‫ל ִו ִיים זאָלסטו רעדן‪ ,‬און זאָגן צו זײ‪ :‬אַז איר װעט נעמען פֿון די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל דעם מעשׂר װאָס איך האָב א ַײך געגעבן פֿון זײ‬
‫פֿאַר א ַײער אַרבונג‪ ,‬זאָלט איר אָפּשײדן דערפֿון אַן אָפּשײדוגן צו‬
‫גאָט‪ ,‬מעשׂר פֿון דעם מעשׂר‪ 27 .‬און א ַײער אָפּשײדונג װעט א ַײך‬
‫גערעכנט װערן אַזױ װי די תּבֿואה אױסן ש ַײער‪ ,‬און װי די ֶשפֿע אױסן‬
‫קעלטער‪ 28 .‬אַזױ זאָלט איר אױך אָפּשײדן די אָפּשײדונג פֿון גאָט פֿון‬
‫אַלע א ַײערע מעשׂרס‪ ,‬װאָס איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און איר זאָלט געבן דערפֿון די אָפּשײדוגן פֿון גאָט צו אַהרן‬
‫דעם כֹּהן‪ 29 .‬פֿון אַלץ װאָס װערט א ַײך געגעבן זאָלט איר אָפּשײדן‬
‫די גאַנצע אָפּשײדונג פֿון גאָט‪ ,‬פֿון אַלעם בעסטן דערפֿון‪ ,‬דאָס‬
‫הײליקע פֿון דעם‪ 30 .‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪ :‬אַז איר שײדט אָפּ פֿון‬
‫דעם דאָס בעסטע דערפֿון‪ ,‬זאָל עס גערעכנט װערן די ל ִו ִיים אַזױ װי‬
‫דער א ַײנטראָג פֿון ש ַײער‪ ,‬און אַזױ װי דער א ַײנטראָג פֿון קעלטער‪.‬‬
‫‪ 31‬און איר מעגט עס עסן אין יעטװעדער אָרט‪ ,‬איר און א ַײער‬
‫הױזגעזינט‪ ,‬װאָרום דאָס איז א ַײך אַ לױן פֿאַר א ַײער דינסט אין‬
‫אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 32 .‬און איר װעט ניט טראָגן װעגן דעם אַ זינד‪ ,‬װען איר‬
‫שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון‪ .‬און איר זאָלט ניט‬
‫פֿאַרשװעכן די הײליקײטן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬כּדי איר זאָלט‬

                                                          ‫ניט שטאַרבן‪.‬‬

                 ‫ֻח ַקת‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ צו‬

                      ‫זאָגן‪:‬יט‬

‫‪ 2‬דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּוֹרה‪ ,‬װאָס גאָט האָט באַפֿױלן‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬זײ זאָלן דיר ברענגען אַ‬
‫רױטע קו‪ ,‬אַ גאַנצע‪ ,‬װאָס אין איר איז ניטאָ קײן מום‪ ,‬װאָס אױף איר‬
‫איז ניט אַרױף קײן יאָך‪ 3 .‬און איר זאָלט זי געבן צו ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן‪,‬‬
‫און מע זאָל זי אַרױספֿירן אױסן לאַגער‪ ,‬און זי שעכטן פֿאַר אים‪4 .‬‬
‫און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון איר בלוט מיט ז ַײן פֿינגער‪ ,‬און‬
‫שפּריצן פֿון איר בלוט אַקעגן דער פֿאָדערז ַײט פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד זיבן‬
‫מאָל‪ 5 .‬און מע זאָל פֿאַרברענען די קו פֿאַר ז ַײנע אױגן; איר פֿעל און‬
‫איר פֿלײש און איר בלוט מיט איר מיסט זאָל מען פֿאַרברענען‪ 6 .‬און‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55