Page 48 - Bamidber
P. 48
במדבר
1און גאָט האָט געזאָגט צו אַהרֹנען :דו און ד ַײנע זין און
דאָס הױז פֿון ד ַײן פֿאָטער מיט דיר ,זאָלט טראָגן די זינד פֿוןיח
דעם הײליקטום ,און דו און ד ַײנע זין מיט דיר זאָלט טראָגן די זינד
פֿון א ַײער כּהונה 2 .און אױך ד ַײנע ברידער ,דעם שטאַם ֵל ִוי ,דעם
שבֿט פֿון ד ַײן פֿאָטער ,מאַך גענענען מיט דיר ,און זײ זאָלן ז ַײן
באַהעפֿט צו דיר ,און דיך באַדינען; און דו און ד ַײנע זין מיט דיר
זאָלט ז ַײן פֿאַר דעם געצעלט פֿון געזעץ 3 .און זײ זאָלן היטן ד ַײן
היטונג ,און די היטונג פֿון גאַנצן געצעלט ,אָבער צו די הײליקע כּלים
און צום מזבח זאָלן זײ ניט גענענען ,כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן ,אי
זײ אי איר 4 .און זײ זאָלן ז ַײן באַהעפֿט צו דיר ,און היטן די היטונג
פֿון אוֹהל-מוֹעד ב ַײ איטלעכן דינסט פֿון געצעלט; און אַ פֿרעמדער
זאָל ניט גענענען צו א ַײך 5 .און איר זאָלט היטן די היטונג פֿון
הײליקטום ,און די היטונג פֿון מזבח ,כּדי עס זאָל מער ניט ז ַײן אַ
צאָרן אױף די קינדער פֿון ישׂראל 6 .און איך ,זע ,האָב גענומען
א ַײערע ברידער די ל ִו ִיים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; א ַײך אַ
מתּנה ז ַײנען זײ געגעבן פֿאַר גאָט ,צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-
מוֹעד 7 .און דו און ד ַײנע זין מיט דיר זאָלט אָפּהיטן א ַײער כּהונה ב ַײ
איטלעכער זאַך פֿון מזבח און אינעװײניק פֿון פּרוֹ ֶכת ,און טאָן דעם
דינסט; אַ דינסט פֿאַר אַ מתּנה גיב איך א ַײך די כּהונה ,און דער
פֿרעמדער ,װאָס גענענט ,זאָל געטײט װערן.
8און גאָט האָט גערעדט צו אַהרֹנען :און איך ,זע ,האָב דיר געגעבן
די היטונג פֿון מ ַײנע אָפּשײדונגען; פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל האָב איך זײ געגעבן פֿאַר אַ חלק צו דיר און צו
ד ַײנע קינדער פֿאַר אַן אײביקן רעכט 9 .דאָס זאָל גהערן צו דיר פֿון
די הײליקסטע הײליקײטן ,פֿון די פֿ ַײעראָפּפֿער :אַלע זײערע קרבנות,
פֿון אַלע זײערע שפּ ַײזאָפּפֿער ,און פֿון אַלע זײערע זינדאָפּפֿער ,און
פֿון אַלע זײערע שולדאָפּפֿער ,װאָס זײ צאָלן אָפּ צו מיר; אַ
הײליקסטע הײליקײט איז דאָס ,פֿאַר דיר און פֿאַר ד ַײנע קינדער10 .
אין אַ הײליקסטן אָרט זאָלסטו עס עסן; איטלעכער מאַנספּאַרשױן
מעג עס עסן; הײליק זאָל עס ז ַײן פֿאַר דיר 11 .און דאָס געהערט צו
דיר :די אָפּשײדונג פֿון זײער גאָב ב ַײ אַלע אױפֿהײבונגען פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל; צו דיר האָב איך זײ געגעבן ,און צו ד ַײנע זין און
צו ד ַײנע טעכטער מיט דיר ,פֿאַר אַן אײביקן רעכט; איטלעכער װאָס
איז רײן אין ד ַײן הױז מעג עס עסן 12 .אַל דאָס בעסטע פֿון אײל ,און
אַל דאָס בעסטע פֿון װ ַײן און תּבֿואה ,דאָס ערשטע דערפֿון װאָס זײ