Page 43 - Bamidber
P. 43
במדבר
א ַײער האַרצן און נאָך א ַײערע אױגן ,װאָס איר ז ַײט פֿאַרפֿירט נאָך
זײ; 40כּדי איר זאָלט געדענקען און טאָן אַלע מ ַײנע געבאָט ,און ז ַײן
הײליק צו א ַײער גאָט 41 .איך בין יהוה א ַײער גאָט װאָס האָט א ַײך
אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,א ַײך צו ז ַײן צום גאָט :איך בין יהוה
א ַײער גאָט.
קֹ ַרח
1און קֹ ַרח דער זון פֿון ִיצהר ,דעם זון פֿון ק ָהת ,דעם זון פֿון
ֵל ִוין ,און ָד ָתן און אַבֿי ָרם ,די זין פֿון ֶאליאָבֿן ,און אוֹן דער זוןטז
פֿון פּ ֶלתן ,קינדער פֿון ראובֿן ,האָבן גענומען 2 ,און זיך געשטעלט
פֿאַר משהן מיט צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן פֿון די קינדער פֿון
ישׂראל ,פֿירשטן פֿון דער עדה ,גערופֿענע פֿון דער א ַײנזאַמלונג,
מענטשן מיט אַ נאָמען 3 .און זײ האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט אַקעגן
משהן און אַקעגן אַהרֹנען ,און האָבן צו זײ געזאָגט :גענוג א ַײך!
װאָרום די גאַנצע עדה ז ַײנען אַלע הײליק ,און גאָט איז צװישן זײ,
און פֿאַר װאָס נעמט איר זיך איבער אַקעגן דעם קהל פֿון גאָט? 4און
װי משה האָט עס געהערט ,אַזױ איז ער געפֿאַלן אױף ז ַײן פּנים 5 .און
ער האָט גערעדט צו קֹ ַרחן און צו ז ַײן גאַנצן געזעמל ,אַזױ צו זאָגן:
אין דער פֿרי װעט גאָט לאָזן װיסן ,װער עס איז ז ַײנער ,און דעם
װאָס איז הײליק ,װעט ער מאַכן גענענען צו זיך; יאָ ,דעם װעמען ער
װעט אױסדערװײלן ,װעט ער מאַכן גענענען צו זיך 6.דאָס טוט:
נעמט א ַײך פֿ ַײערפֿאַנען ,קֹ ַרח מיט ז ַײן גאַנצן געזעמל 7 ,און לײגט
אַר ַײן אין זײ פֿ ַײער ,און טוט אױף זײ אַרױף װ ַײרױך פֿאַר גאָט,
מאָרגן; און עס װעט ז ַײן ,דער מאַן װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן ,ער
איז דער הײליקער .גענוג א ַײך ,קינדער פֿון ֵל ִוי!
8און משה האָט געזאָגט צו קֹ ַרחן :הערט אַקאָרשט ,קינדער פֿון ֵל ִוי.
9װינציק א ַײך װאָס דער גאָט פֿון ישׂראל האָט א ַײך אָפּגעשײדט פֿון
צװישן דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,א ַײך צו מאַכן גענענען צו
זיך ,צו דינען דעם דינסט פֿון ִמשכּן פֿון גאָט ,און צו שטײן פֿאַר דער
עדה ,זײ צו באַדינען – 10װאָס ער האָט געמאַכט גענענען דיך און
אַלע ד ַײנע ברידער ,די קינדער פֿון ֵל ִוי ,מיט דיר ,אַז איר פֿאַרלאַנגט
אױך די כּהונה? 11פֿאַר װאָר ,דו מיט ד ַײן גאַנצן געזעמל ,דאָס ז ַײט