Page 40 - Bamidber
P. 40
במדבר
אָרט װאָס גאָט האָט געזאָגט; װאָרום מיר האָבן געזינדיקט 41 .האָט
משה געזאָגט :נאָך װאָס דען טרעט איר איבער דעם באַפֿעל פֿון גאָט,
אַז דאָס װעט ניט באַֿגליקן? 42איר זאָלט ניט אַרױפֿגײן ,אַז גאָט איז
ניט צװישן א ַײך ,כּדי איר זאָלט ניט געשלאָגן װערן פֿאַר א ַײערע
פֿ ַײנט 43 .װאָרום דער ַע ָמ ֵלקי און דער כַּנ ֲעני ז ַײנען דאָרטן פֿאַר א ַײך,
און איר װעט פֿאַלן דורכן שװערד; װאָרום אַזױ װי איר האָט א ַײך
אָפּגעקערט פֿון הינטער גאָט ,װעט גאָט ניט ז ַײן מיט א ַײך.
44אָבער זײ האָבן זיך דערװעגט אַרױפֿצוגײן אױפֿן שפּיץ באַרג; נאָר
דער אָרון פֿון גאָטס בונד און משה האָבן זיך ניט גערירט פֿון לאַגער.
45און דער ַע ָמ ֵלקי און דער כַּנ ֲעני ,װאָס ז ַײנען געזעסן אױף יענעם
באַרג ,האָבן אַראָפּגענידערט ,און האָבן זײ געשלאָגן און זײ
צעקלאַפּט ביז חר ָמה.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגן צו זײ:טו
אַז איר װעט קועמן אין דעם לאַנד פֿון א ַײער באַזעצונג װאָס איך גיב
א ַײך 3 ,און איר װעט מאַכן אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט ,אַ בראַנדאָפּפֿער
אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער ,לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר ,אָדער װי
אַ פֿר ַײװיליקע גאָב ,אָדער אין א ַײערע ָיום-טוֹבֿים ,כּדי צו מאַכן אַ
געשמאַקן ריח צו גאָט ,פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף 4 ,זאָל דער װאָס
ברענגט ז ַײן קרבן צו גאָט ,ברענגען אַ שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון אַ צענטל
ֵאיפֿה זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אַ פֿערטל הין אײל; 5און װ ַײן פֿאַר
אַ גיסאָפּפֿער ,אַ פֿערטל הין ,זאָלסטו מאַכן מיטן בראַנדאָפּפֿער אָדער
צום שלאַכטאָפּפֿער ,פֿאַר איטלעכן שעפּס 6 .אױב צו אַ װידער,
זאָלסטו מאַכן אַ שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט
מיט אײל אַ דריטל הין; און װ ַײן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער ,אַ דריטל הין7 ,
זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט 8 .און אַז דו װעסט
מאַכן אַ יונג רינד פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער ,לױט
אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר ,אָדער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט9 ,
זאָל מען ברענגען מיטן יונגן רינד אַ שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון דר ַײ צענטל
זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ האַלבן הין; 10און װ ַײן זאָלסטו
ברענגען פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער אַ האַלבן הין ,אַ פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ