Page 41 - Bamidber
P. 41

‫במדבר‬

‫געשמאַקן ריח צו גאָט‪ 11 .‬אַזױ זאָל געטאָן װערן צו איטלעכן אָקס‪,‬‬
‫אָדער צו איטלעכן װידער‪ ,‬אָדער צו אַ לאַם פֿון שעפּסן אָדער פֿון‬
‫ציגן‪ 12 .‬װי נאָך דער צאָל װאָס איר װעט מאַכן; אַזױ זאָלט איר טאָן‬
‫צו איטלעכן‪ ,‬לױט זײער צאָל‪ 13 .‬יעטװעדער א ַײנגעבאָרענער זאָל‬
‫אַזױ מאַכן די דאָזיקע‪ ,‬ב ַײם ברענגען אַ פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ‬
‫געשמאַקן ריח צו גאָט‪ 14 .‬און אַז ב ַײ א ַײך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ‬
‫פֿרעמדער‪ ,‬אָדער װער נאָר עס װעט ז ַײן צװישן א ַײך‪ ,‬אין א ַײערע‬
‫ָדור‪-‬דורות‪ ,‬און ער װעט מאַכן אַ פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח‬
‫צו גאָט‪ ,‬זאָל ער טאָן אַזױ װי איר טוט‪ 15 .‬קהל! אײן געזעץ זאָל ז ַײן‬
‫פֿאַר א ַײך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף‪ ,‬אַן אײביק‬
‫געזעץ אױף א ַײערע ָדור‪-‬דורות; װי איר‪ ,‬אַזױ זאָל ז ַײן דער פֿרעמדער‬
‫פֿאַר גאָט‪ 16 .‬אײן תּוֹרה און אײן דין זאָל ז ַײן פֿאַר א ַײך און פֿאַר דעם‬

                                ‫פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף ב ַײ א ַײך‪.‬‬

‫‪ 17‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 18 :‬רעד צו די‬
                           ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬‬

‫אַז איר קומט אין דעם לאַנד װאָס איך ברענג א ַײך אַהין‪ 19 ,‬איז‪ ,‬אַז‬
‫איר עסט פֿון דעם ברױט פֿון לאַנד‪ ,‬זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדוגן‬
‫צו גאָט‪ 20 .‬דאָס ערשטע פֿון א ַײערע טײגמולטערס זאָלט איר‬
‫אָפּשײדן אַ כלה פֿאַר אַן אָפּשײדונג; װי די אָפּשײדוגן פֿון ש ַײער‪ ,‬אַזױ‬
‫זאָלט איר עס אָפּשײדן‪ 21 .‬פֿון דעם ערשטן פֿון א ַײערע‬
‫טײגמולטערס זאָלט איר געבן אַן אָפּשײדונג צו גאָט אױף א ַײערע‬

                                                             ‫ָדור‪-‬דורות‪.‬‬

‫‪ 22‬און אַז איר װעט פֿאַרזען‪ ,‬און איר װעט ניט טאָן אַלע די דאָזיקע‬
‫געבאָט װאָס גאָט האָט אָנגעזאָגט משהן‪ 23 ,‬אַלץ װאָס גאָט האָט‬
‫א ַײך באַפֿױלן דורך משהן‪ ,‬פֿון דעם טאָג װאָס גאָט האָט עס באַפֿױלן‬
‫און װ ַײטער‪ ,‬אױף א ַײערע ָדור‪-‬דורות‪ 24 ,‬איז‪ ,‬אױב עס איז‪ ,‬פֿאַרהױלן‬
‫פֿון די אױגן פֿון דער עדה‪ ,‬געטאָן געװאָרן דורך אַ פֿאַרזע‪ ,‬זאָל די‬
‫גאַנצע עדה מאַכן אײן יונגן אָקס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫געשמאַקן ריח צו גאָט‪ ,‬מיט ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער און ז ַײן גיסאָפּפֿער‪,‬‬
‫אַזױ װי דער דין; און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער‪ 25 .‬און דער‬
‫כֹּהן זאָל מכפּר ז ַײן אױף דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן‪ ,‬װ ַײל אַ פֿאַרזע איז דאָס‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫געבראַכט זײער קרבן‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬און זײער זינדאָפּפֿער‬
   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46