Page 44 - Bamidber
P. 44

‫במדבר‬

‫איר א ַײנגעזאַמלט אַקעגן גאָט; װאָרום װאָס איז אַהרן‪ ,‬אַז איר זאָלט‬
                                                 ‫מורמלען אַקעגן אים?‬

‫‪ 12‬און משה האָט געשיקט רופֿן ָד ָתן און אַבֿי ָרם‪ ,‬די זין פֿון ֶאליאָבֿן;‬
‫אָבער זײ האָבן געזאָגט‪ :‬מיר װעלן ניט אַרױפֿקומען‪ 13 .‬װינציק װאָס‬
‫דו האָסט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך‬
‫און האָניק‪ ,‬אונדז צו טײטן אין דער מדבר‪ ,‬אַז הערשעװען װילסטו‬
‫נאָך הערשעװען איבער אונדז? ‪ 14‬יאָ‪ ,‬האָסט אונדז ניט געבראַכט‬
‫אין אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק‪ ,‬אָדער אונדז געגעבן‬
‫אַ נחלה פֿון פֿעלד און װ ַײנגאָרטן‪ .‬װילסטו די דאָזיקע מענטשן די‬
‫אױגן פֿאַרשטעכן? מיר װעלן ניט אַרױפֿקומען‪ 15 .‬האָט משהן זײער‬
‫געערגערט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט צו גאָט‪ :‬זאָלסט זיך ניט קערן צו‬
‫זײער אָפּפֿער; ניט אַן אײנציקן אײזל האָב איך גענומען פֿון זײ‪ ,‬און‬

                    ‫ניט איך האָב שלעכטס געטאָן אַן אײנציקן פֿון זײ‪.‬‬

‫‪ 16‬און משה האָט געזאָגט צו קֹ ַרחן‪ :‬דו מיט ד ַײן גאַנצן געזעמל ז ַײט‬
‫פֿאַר גאָט מאָרגן‪ ,‬דו און זײ‪ ,‬און אַהרן‪ 17 .‬און נעמט איטלעכער ז ַײן‬
‫פֿ ַײערפֿאַן‪ ,‬און איר זאָלט אַרױפֿלײגן דערױף װ ַײרױך‪ ,‬און ברענגען‬
‫פֿאַר גאָט איטלעכער ז ַײן פֿ ַײערפֿאַן‪ ,‬צװײ הונדערט און פֿופֿציק‬

            ‫פֿ ַײערפֿאַנען; אױך דו און אַהרן‪ ,‬איטלעכער ז ַײן פֿ ַײערפֿאַן‪.‬‬

‫‪ 18‬האָבן זײ גענומען איטלעכער ז ַײן פֿ ַײערפֿאַן‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫אַרױפֿגעלײגט אױף זײ פֿ ַײער‪ ,‬און אַרױפֿגעטאָן אױף זײ װ ַײרױך‪ ,‬און‬
‫זײ האָבן זיך געשטעלט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד מיט משהן און‬
‫אַהרֹנען‪ 19 .‬און קֹ ַרח האָט א ַײנגעזאַמלט אַקעגן זײ די גאַנצע עדה‬
‫צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד; און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך‬

                                          ‫באַװיזן צו דער גאַנצער עדה‪.‬‬

‫‪ 20‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪21 :‬‬
‫שײדט א ַײך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה‪ ,‬און איך װעל זײ‬
‫פֿאַרלענדן אין אַ רגע‪ 22 .‬ז ַײנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים‪ ,‬און‬
‫האָבן געזאָגט‪ :‬גאָט דו גאָט פֿון די ג ַײסטער פֿון אַלע באַשעפֿענישן‪,‬‬
‫זאָל אײן מענטש זינדיקן‪ ,‬און אױף דער גאַנצער עדה זאָלסטו‬

                                                              ‫צערענען?‬

‫‪ 23‬האָט גאָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 24 :‬רעד צו דער עדה‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬ציט אָפּ פֿון אַרום דער װוינונג פֿון קֹ ַרחן‪ָ ,‬ד ָתנען‪ ,‬און‬
   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49