Page 47 - Bamidber
P. 47
במדבר
פֿאָטערהױז ,פֿון אַלע זײערע פֿירשטן לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער,
צװעלף שטעקנס; איטלעכנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשר ַײבן אױף ז ַײן
שטעקן 18 .און אַהרנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשר ַײבן אױף דעם שטעקן
פֿון ֵל ִוי ,װאָרום אײן שטעקן זאָל ז ַײן פֿאַר דעם הױפּט פֿון זײערע
פֿאָטערה ַײזער 19 .און זאָלסט זײ אַװעקלײגן אין אוֹהל-מוֹעד ,פֿאַרן
געזעץ ,װאָס איך אַנטפּלעק זיך צו א ַײך דאָרטן 20 .און עס װעט ז ַײן,
דער מאַן װאָס איך װעל אים אױסדערװײלן ,װעט ז ַײן שטעקן
אױפֿשפּראָצן; און איך װעל א ַײנשטילן פֿון אַרום מיר די
מורמלער ַײען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,װאָס זײ מורמלען אַקעגן
א ַײך.
21האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל ,און אַלע זײערע
פֿירשטן האָבן אים געגעבן צו שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט ,צו
שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט ,לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער ,צװעלף
שטעקנס; און דער שטעקן פֿון אַהרֹנען איז געװען צװישן זײערע
שטעקנס 22 .און משה האָט אַװעקגעלײגט די שטעקנס פֿאַר גאָט,
אין דעם געצעלט פֿון געזעץ 23 .און עס איז געװען אױף מאָרגן ,אַז
משה איז געקומען אין דעם געצעלט פֿון געזעץ ,ערשט דער שטעקן
פֿון אַהרֹנען פֿאַר ֵל ִויס הױז האָט אױפֿגעשפּראָצט ,און אַרױסגעלאָזט
שפּראָצונג ,און געבליט בליעכץ ,און געצ ַײטיקט מאַנדלען 24 .האָט
משה אַרױסגעטראָגן אַלע שטעקנס פֿון פֿאַר גאָט צו אַלע קינדער פֿון
ישׂראל ,און זײ האָבן איבערגעקוקט ,און גענומען איטלעכער ז ַײן
שטעקן.
25און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :קער אום אַהרנס שטעקן פֿאַרן
געזעץ ,פֿאַר אַ היטונג ,פֿאַר אַ צײכן צו די װידערשפּעניקע קינדער,
כּדי זאָלסט מאַכן אַן ענד צו זײערע מורמלער ַײען אַרום מיר ,און זײ
זאָלן ניט שטאַרבן 26 .האָט משה דאָס געטאָן; אַזױ װי גאָט האָט
אים באַפֿױלן ,אַזױ האָט ער געטאָן.
27האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געזאָגט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן :זע,
מיר קומען אום ,מיר גײען אונטער ,אַלע גײען מיר אונטער28 .
איטלעכער װאָס גענענט – װאָס גענענט צום ִמשכּן פֿון גאָט,
שטאַרבט; צי װעלן מיר אין גאַנצן אומקומען?